בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Thursday20 Cheshvan 578511/21/2024

Report
דאנערשטאג פרשת חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה.

נאכמיטאג ארום 3:45 איז דער רבי אריבער אין בית החיים דקרית יואל צו די לויה פון הגה"צ רבי אהרן זאב מאליק ז"ל אבד"ק סאמבור.

ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' ליפא עפשטיין הי"ו (מאנטרעאל) - הרה"ח ר' פישל פריינד הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
הרה''ח ר' יעקב טעללער הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ח ר' יואל ברא"ז פריעדמאן הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

ארום 8:00 האט דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 11:30 אויפדערנאכט.

ארום 10:15 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי עס איז פארגעקומען א בחינה פומבי דורך 'חבורת תלמודו בידו' שע"י ישיבות קטנות דמוסדותינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק, ווי צענדליגער בחורים זענען געזיצן אויסגעשורה'ט ארום די זאל און הרה"ג ר' אברהם שווארטץ שליט"א פון ארה"ק און הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א מרבני קהלתינו וומסב''ג האבן פארהערט די בחורים בעל פה אויף צענדליגע מסכתות הש"ס, און עטליכע מאל האט דער רבי איבערגענומען די מייק און געשטעלט שאלות איבער גאנץ ש"ס אויף וואס די בחורים האבן געענטפערט מיט א געוואלדיגע קלארקייט און דער רבי האט זיך צוגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח און הנאה, דערנאך האט דער רבי געטרינקן א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען קורצע דב"ק איבער די שמחה אז אזויפיל בחורים קענען זיך שטעלן צום פארהער בע"פ אויף הונדערטער בלעטער גמרא און אנגעוואונטשן ברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 10:45 און דער רבי איז צוריק ארויף ממשיך זיין די זמני כניסה.
אויפן וועג ארויס האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פארן פטרון החבורה הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו פון וומסב''ג.

נאך די זמני כניסה איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון קרן ויואל משה צו די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א לרגל שמחת נשואי נכדתו למז"ט הכלה בת לחתנו הגה''צ ר' משה טייטלבוים שליט"א דומ''ץ ביהמ"ד בית שמואל בנימין, עב"ג החתן בן הרה"ג ר' אלי' גינזבערג שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מחוסט שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א.
ביים אנקומען ארום 12:35 האט זיך דער רבי ווארעם באגריסט מיט די חשוב'ע זיידעס האדמורי"ם שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס פאר א לענגערע צייט בסיפורי בית בלאזוב און דער דיין שליט"א האט אויפגעברענגט פארשידענע אינטערסאנטע שאלות בהלכות שבת, דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, די חשובע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים און אין א באזונדערע ריקוד מיטן חתן און מיט כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 12:15.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️