בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Monday17 Cheshvan 578511/18/2024

Report
מאנטאג פרשת חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
בן הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א - מו"ץ.
בן הר"ר יוסף הערש באנעט שליט"א.
ב"ר שלמה לאנדא הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 1:15 איז דער רבי אנגעקומען צום בנין הת"ת 'בנין ווידער פאלאטשעק' ווי עס איז פארגעקומען די מעמד 'התחלת לימוד גמרא' פאר די קרוב צו פינף הונדערט תלמידי כתה ד' פון די פיר סניפים פון מוסדות קרית יואל, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המעמד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די מנהלים, מלמדים, און אלע קינדער, און פארטיילט שיריים פאר די אייניקלעך, און משמיע געווען קורצע דברי ברכה פאר די קינדער און ארויסברענגענדיג די שמחה פון די קינדער אז מען הייבט שוין אן צו לערנען גמרא, און מסיים געווען בברכות לרוב.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מלמדים צו פארטיילן פאר די קינדער, מען האט געענדיגט ארום 1:40.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' יואל נתן וויזענפעלד הי"ו (ב''פ) - הרה"ח ר' משה אליעזר כ"ץ הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
הרה"ח ר' בערל גאלד הי"ו - הרה"ח ר' יודא ווייס הי"ו, אין די זאלן פון גינת קליין.
הרה''ח ר' יוסף יוזפא ווייסמאן הי"ו - הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וועלכע וויילט די יעצטיגע טעג אין קר"י לרגל די שמחת החתונה פון נכדו החתן וועלכע קומט פאר היינט דינסטאג אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס, עב"ג הכלה נכדת הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער אידישקייט אין ארץ ישראל און איבער דעם אהנגייענדיגן גזירת הגיוס בארה"ק, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' מיכל פריעדמאן הי"ו - הר"ר אלעזר רובינפעלד שליט"א.

אזוי אויך איז פארגעקומען א סיום כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה''ח ר' יעקב בר"ל עפשטיין הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם מוצש"ק אין ביהמ"ד נועם אלימלך אויף ליזענסק, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️