קול נהי נשמע מציון איך שדדנו
מתוך דברי הספד מכ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א על הגאון האדיר ראש ישיבת בריסק זצוק"ל היינט ג' יתרו בהיכל מבצר הכוללים בק"י.
(אחר שהאריך בדברי דרוש.) ואמר רבינו, "דעס וויל איך זאגן דברי הספד אויף די גרויסע אבידה, איך שפיר דא אין כולל די שענסטע מקום תורה דא אין שטאט, איז די ריכטיגע מקום מקונן זיין אויף דעי גרויסע אבידה, וואס איז דעי וואך נסתלק געווערן.." (והאריך בדרבי שבח על הנפטר זצ"ל בהעמיד תלמידים לאלפים בישיבת המפארה "בריסק" בדרך אבותיו.)
'ויהו דוד בכל דרכיו משכיל וה' עמו', ער איז נישט נאכגעשלעפט געווארן נאך די פרימע פארטייען למיניהם, ער איז געשטאנען בראש מערכת בני ישראל חרדים אל ה' אן פחד ומורא, ער האט משמיע געווען דעם דבר ה' ברמה א קול מלחמה במחנה קעגן נגע הציונות אין די פרומע פארטייען וואס ווערן נאכגעשלעפט נאך ציונות, 'הוא הגבר' וואס האט אויסגעשריגן 'מי לה' אלי' אז מוסדות התורה זאלן נישט נעמען קיין שום תמוכה פון די ציוניס'טישע ממשלה, אסאך האבן אים צוגעהערט, ומקדש שם שמים ברבים בענין זה. דעי פטורה איז א גרויסע אבידה פאר כלל ישראל. 'ציון במר תבכה וירושלים תתן קולה' מיט די פטורה פון דעם איש על העדה. אויף אים קען מען זאגן אשרי האיש מיט די "ה' הידוע" וואס איז נתפרסם געווארן אין די גאנצע וועלט אז ער גייט נישט בעצת רשעים, ער איז נישט עומד בעמידת רשעים. סאיז א אבידה גדולה שאין לה תמורה, וכל בית ישראל -בארץ ובגולה- יבכו את השריפה אשר שרף ה'.
פון דערווייטענס שיק מיר א ברכת תנחומין פאר די הויכגעשעצטע משפחה, פאר אלע זיינע תלמידים, המתאבלים אחריו ובפרט פאר זיין חשובע זון הרה"ג וואס איז נתמנה געווארן למלות מקום אביו "ריש ישיבת בריסק" די אייבערשטער זאל אים העלפן בהרבצת התורה והיראה, 'זכות אבותיו בסיעתו', ער זאל זוכה זיין בהצלחה בכל ענינים און א ברכה בכל מעשיו.
וסיום בברכות קדשו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️