בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגב' מרחשון תשפ"ה11/3/2024

באריכט
מוצש''ק פרשת נח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 10:00 האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' פישל סופר ע"ה.

דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין וומסב''ג צום מעמד סיום מסכת קידושין דורך יוצאי תלמידי מוסדותינו הק' כיתה ט' וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון גינת אסתר.

ביים אנקומען קיין וומסב''ג איז דער רבי אריבער מנחם אבל זיין הרה"ח ר' בערל שימענאוויטש הי"ו ובניו און הרה"ח ר' טובי' גאלדשטיין הי"ו היושבים ע"פ אשתו /אמם /בתו ע"ה.

רבינו שליט''א איז אנגעקומען אינעם זאל ארום 11:40, און זיך באגריסט מיט הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א און הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א און די רבנים שליט"א אויפן אויבנאן, און דער מנהל הרה''ג ר' יודא בער טעלער שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה, דערנאך האט איינער פון די תלמידים פארגעזינגען חרוזים לכבוד המאורע.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רבנים שליט"א, עלטערן, און אלע בחורים, און משמיע געווען דב''ק אויפן פסוק 'אלה תולדות נח' און געטייטשט אז נאר מיט די כח פון די תורה הקדושה האט נח זיך געקענט מתגבר זיין אויף די נסיונות הזמן, און דערנאך ארומגערעדט בשבח פון די בחורים וואס האבן עוסק געווען בתורה א גאנץ יאר און מסיים געווען מסכת קידושין, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע בחורים וואס גייען יעצט אריין אין די ישיבות קטנות אז מ'זאל ווייטער מצליח זיין צו שטייגן בתורה ויראת שמים.

נאך די דב''ק האט דער רבי פארטיילט די ספר 'שמעתתא דמר"א ט"ב' על סדר הפרשיות משולב עם סוגיות שונות ממסכת קידושין פאר די בחורים. ארום 12:20 האט דער רבי פארלאזט די זאל, אויפן וועג קיין קרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️