בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

שבת קודשא' מרחשון תשפ"ה11/2/2024

באריכט
שב''ק פרשת נח ב' דר''ח מרחשון 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - אויף מנוחת הנפש בבית האכסניא פון הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי''ו וואס געפינט'זיך אין א שטילע געגנט אין קר"י

פרייטאג צונאכטס ארום 6:25 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד שע''י בית האכסניא מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת הרה''ח ר' שלמה זלמן הורוויץ הי''ו. נאכן דאווענען האט אים דער רבי באדאנקט און געזאגט 'האסט געמאכט א עונג שבת'. מען האט געענדיגט ארום 7:45 און דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת.

רבינו שליט''א האט געפראוועט די שלחה''ט אויף א פריוואטע פארנעם בבית האכסניא מיט געציילטע מקורבים, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה, און אנגעהויבן אשת חיל.

ארום 10:00 האט מען געעפענט די טיר צו די זמירות וד"ת.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי''ו, מנוחה ושמחה: הב' המשב''ק שניאור זלמן עקשטיין.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'את אלוקים התהלך נח' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו יש אם למקרא או למסורות.

קה אכסוף: הרה"ח ר' אברהם יעקב וויינבערגער הי"ו, ברכהמ''ז: משב''ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק מרוזין זיע''א וואס די יארצייט געפאלט ג' חשון
קה רבון עלם: ר' שאול בר''מ מיכל פריעדמאן הי"ו, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' דוד פארקאש הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 11:45.

וביום השבת קודש

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד בבית האכסניא ארום 9:50. פסוקי דזמרה: האברך ר' שמעון בארזעסקי הי"ו, שחרית: הרה''ח ר' חיים שלמה קרויס הי''ו. מען האט געזאגט הכל יודיך פסוק בפסוק, און געזינגען ביי ממקומך כנהוג. צו הלל איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה''ג ר' אברהם לייב לאנדא שליט''א, און הרה''ח ר' דוד פארקאש הי''ו. בעל קורא: הרה''ג ר' אברהם לייב לאנדא שליט''א.

עליות. כהן: הרה''ג ר' לוי יצחק בארזעסקי שליט''א. לוי: הב' אהרן מאנדל ני''ו. שלישי: הרה''ח ר' משה מנחם שלעזינגער הי''ו. רביעי: הרה"ח ר' יואל ווידער הי"ו. חמישי: הרה"ח ר' אברהם יעקב וויינבערגער הי"ו. שישי: רבינו שליט''א. שביעי: הרה"ח ר' שאול פריעדמאן הי"ו. אחרון: הב' המשב''ק חנני' יו''ט ליפא דייטש ני''ו. הגבה ספר ראשון: הרה''ח ר' יואל ישעי' גאלדענבערג הי''ו. גלילה: הב' משה מענדלאוויטש ני''ו.
מפטיר: הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו. הגבה ספר שני: הב' המשב''ק שניאור זלמן עקשטיין ני''ו. גלילה: הב' אהרן מנחם שטיין ני''ו.

רבינו שליט"א איז צוגעגאנגען צו מוסף לכבוד שבת ר''ח, פתיחה לאנעים זמירות: ר' אברהם מאסרי היו. מען האט געענדיגט ארום 1:00.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א געהייסן אריינברענגן קידוש פאר די אידן וואס וואוינען ווייט און דארפן נאך אהיימגיין א דרך רחוקה.

די סעודת שב''ק האט דער רבי געגעסן פריוואט.
מען האט געזינגען די זמירות, און דער רבי האט געזינגען ברכו נפשו, און מיט ברכהמ''ז מכבד געווען הרה''ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי''ו.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען ארום 6:20. מנחה: הרה''ח ר' וואלף פריעדלענדער הי''ו. הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' ישראל יעקב דייטש הי"ו. כהן: הרה''ח ר' אליעזר דוד גליק הי''ו. לוי: הב' אהרן מאנדל ני''ו. שלישי: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה''ק. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה''ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי''ו.

זמירות ביי ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'את אלוקים התהלך נח - ס''ת חכם' און געטייטשט אז א'לה ת'ולדות נ'ח איז ר''ת תנ''א דורך די כח פון נח זיך מתגבר צו זיין אויף די תאוות אפילו אין דור המביל איז געבליבן די כח פונעם משלח הקב''ה, האט ער געקענט לערנען און זיך מתגבר אויף די נסיונות הזמן.

ידיד נפש: הרה"ח ר' ישראל יעקב דייטש הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' משה מנחם שלעזינגער הי"ו, דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' נפתלי סופר הי"ו דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך מען האט געענדיגט ארום 8:20.

הבדלה האט רבינו שליט''א געמאכט פריוואט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️