בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגכ"ה תשרי תשפ"ה10/27/2024

באריכט
פרשת נח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - אויף מנוחת הנפש בבית האכסניא פון הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי''ו וואס געפינט'זיך אין א שטילע געגנט אין קר"י


זונטאג אסרו חג סוכות

איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל הרה"ג ר' מרדכי הירש שליט"א מו"ץ, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
לבן הנולד אצל ר' חיים בערנאטה הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
תאומים בני ר' יקותיאל צבי ווייס הי"ו.
ב"ר אברהם יושע פערענץ הי"ו.
ב"ר יעקב משה גאלדבערגער הי"ו.
ב"ר יוסף אהרן סופר הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר אברהם יעקב יודא ראזענבוים הי"ו.
ב"ר יוסף דוד לאוב הי"ו.
ב"ר שלום שמעי' מיטטעלמאן הי"ו.
ב"ר גרשון מנחם ניישטאדט הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר אביגדור אברהם ראזענבערג הי"ו.
ב"ר אלעזר רובינפעלד הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
דערנאך איז פארגעקומען בחדרו הפרטי א כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אהרן מערמלשטיין הי"ו פון ירושלים, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און מאציל געווען מברכת קדשו.

אין די פארמיטאג שעה'ן האט דער רבי פארטיילט שיירי נוי סוכה פאר די בחורים וואס האבן ארויסגעהאלפן בויען און צענעמען די סוכה בביתו נאוה קודש, דער רבי האט זיך באדאנקט און מאציל געווען מברכת קדשו.

נאכמיטאג ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
נאך מנחה האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' אברהם יעקב מאשקאוויטש ע"ה. און משפחת הרה"ח ר' שמואל יודא פעלבערבוים ע"ה. און הרה"ח ר' בנציון יושע קראוס הי"ו היושב ע"פ אחיו ע"ה.

ארום 7:45 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש און אריבער לבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו אין איינע פון די שטילע געגנטער אין קר"י ווי דער רבי וויילט במשך די וואך ביז נאך שב"ק אויף מנוחת הנפש.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:00 בבית האכסניא, בעל תפילה: הבה"ח משה ארי' ב"ר אליעזר ווידער הי"ו (לאנדאן).

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️