בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Shabbos Kodesh24 Tishrei 578510/26/2024

Report
שב''ק פרשת בראשית 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארנאכטס ארום 7:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד בביתו נאוה קודש, קבלת שבת: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו. מען האט געזאגט מזמור לדוד הבו לה' פסוק בפסוק. מען האט געענדיגט ארום 7:40. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת.

ארום 11:05 איז דער רבי אריינגעקומען במאור פנים צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות און אנגעהויבן שלום עליכם כדכו בקודש ברגש ובנעימה ביז מלך תמים דרכו.
הגבהת הכוס: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט''א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א (מאנסי). מנוחה ושמחה: הרה''ג ר' מנחם זאב שטערן שליט''א מו''ץ בקהלתינו וומסב''ג.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'בראשית ברא אלוקים' און געטייטשט אז דורך זיך הייבן בריקודין של מצוה בשמחת התורה ווערט מען נקנה בקנין הגבהה לעבד ה' און מען קען זאגן אנא עבדא דקוב''ה, און מאריך געווען ברגשי הלב פון די ריקודין של מצוה ביי די הקפות.

נאך די תורה האט מען געזינגען אנא עבדא דקוב''ה דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן באש קודש.

קה אכסוף: הר"ר ליפא הורוויץ שליט"א נכד הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א. ברכת המזון: הרב חיים מייזליש שליט"א בן הגה''צ אבד''ק מאנטרעאל שליט''א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק הקדושת לוי זיע''א, וואס די יארצייטן געפאלן זונטאג כ'''ה תשרי.

קה רבון עלם: הר''ר נפתלי הורוויץ שליט''א (לאנדאן). די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות און עס איז פארגעקומען א שלום זכר ביי ר' יחזקאל ברמ''ש ווערצבערגער הי"ו. אז ביום השביעי: הרה''ג ר' עזרא דוד כאירה שליט''א מען האט געענדיגט ארום 1:15.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 10:10. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה''ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט''א צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרב מרדכי יודא בן הרה''ג ר' יואל העניך הורוויץ שליט''א. פסוקי שמע ישראל: הר"ר חיים בן הגה''צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט''א.

עליות. כהן: נכד רבינו הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט''א לוי: ר' יחזקאל ברמ''ש ווערצבערגער הי"ו. שלישי: הרה''ג ר' בעריש קאהן שליט''א ראה''כ אנטווערפן. רביעי: הרב מאיר יוסף גראס הי''ו. חמישי: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו. שישי: רבינו שליט''א.

נאכ'ן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל ר' אביעזר פריעדמאן הי''ו

שביעי: הרה"ח ר' משה אברהם לעפקאוויטש הי''ו (וומסב''ג). אחרון: הרה''ח ר' זלמן לייב גליק הי''ו (וומסב''ג). מפטיר: הרה''ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי''ו. הגבה: הר''ר נפתלי בן הרה''ג ר' יואל העניך הורוויץ שליט''א. גלילה: הר''ר הלל בן הגה''צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט''א

רבינו שליט''א האט ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעוררות.

מוסף: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו. פתיחה צו אנעים זמירות: הרב יושע גאנץ הי"ו (ב"פ). מען האט געענדיגט ארום 12:55.

רעוא דרעווין - שלחן הטהור נעילת החג - מעמד ברכות הקודש

ארום 7:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד. מנחה: הרה''ח ר' יוסף משה אונגאר הי''ו (מאנסי). כהן: הרה''ח ר' יוסף אהרן הכהן רובין הי''ו. לוי: הרה''ח ר' חיים העללער הי''ו. שלישי: הרה''ג ר' יוסף לייב קאהן שליט''א. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: ר' שלמה יואל פריעדמאן הי''ו (ב''פ).

זמירות ביי של''ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה''צ ר' הערשל ווייס שליט''א אב''ד אוהעל ב''פ. שיר המעלות: הרה''ג ר' אברהם וואלף שנעבאלג שליט''א מו''ץ בקהלתינו וומסב''ג. ידיד נפש: הרה''ג ר' בעריש קאהן שליט''א. קל מסתתר: הרה''ח ר' יעקב הערש פריעדמאן הי''ו.

מען האט מאריך געווען מיט ניגוני יו''ט לכבוד נעילת החג. און ניגונים פונעם הייליגן קדושת לוי וואס די יומא דהילולא פאלט אויס א טאג נאך אסרו חג, פארגעזונגען דורך הרב ר' הערשל קאהן שליט''א.

רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט ברוך המבדיל, און משמיע געווען דב"ק אויף א מייק.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'בראשית ברא אלוקים' און געטייטשט אז די פריעדיגע צדיקים האבן אויפגעבויט די צנור המשפיע פאר די שפעטערדיגע דורות אפילו מען וועט שוין נישט זיין ווערד זאל מען קענען צוקומען צו די השפעות אזוי ווי אמאל, און דאס איז אונזער ירושה פון אבותינו ורבותינו הקדושים בפרט די טעג פון שמחת תורה ווען אזויפיל אידן האבן מיט א בחינה פון וגילו ברעדה געפראוועט שעות אריכות אנגעהויבן פון הושענא רבה שמיני עצרת און שמחת תורה ווי מען האט זיך געמיזט צואיילן מפני קדושת שבת דערנאך שב''ק, דאס אלעס איז צ''ו שעות אין צ''ו אלא לשון זירוז מיד ולדורות און וועט אוודאי משפיע זיין כל טוב, און מסיים געווען ברוב ברכות.

דערנאך האט דער רבי פארגעלערנט די גמרות בבלי וירושלמי אין מס' ברכות און געטייטשט שיינע רמזים.

נאכן טיש האט זיך רבינו שליט''א אויפגעשטעלט טאנצן און פארגעזאגט 3 מאל לשנה הבא בירושלים.

מעריב מוצאי שב''ק: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א, נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.

נאך א קורצע צייט איז דער רבי ארויסגעקומען בחצר ביהמ"ד הגדול צום מעמד ברכות הקודש במעמד אלופי אלפי ישראל לכל העם הנאספים סיי פאר די עזרת ישראל און סיי פאר די עזרת נשים.

נאך עטליכע ניגונים בתופים ובמחולת האט דער רבי האט געוואונטשן די ברכות הקודש מען זאל מיטנעמען די מצוות סוכה אין שטוב אריין, די קדושת הסוכה און די השפעות קדושות אויף א גאנץ יאר און געוואונטשן ברכות לרוב, מען האט ממשיך געווען מיט עטליכע ניגונים, מען האט געענדיגט ארום 10:15.

נאכן מעמד האט דער רבי מנחם אבל געווען ביי הרה''ח ר' מרדכי יודא שווארץ הי"ו ובניו ע"פ אשתו/אמם ע"ה אין שטוב פון הרה''ח ר' בנציון קליין הי''ו.

בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט''א געזעגנט א לענגערע צייט די הונדערטער געסט מעבר לים.

אויך איז פארגעקומען א סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך משפחת הרה"ח ר' הלל יושע קליין ע"ה, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און מאציל געווען מברכות קדשו.

יהי''ר מען זאל האבן געפועלט אלעס גוטס, מיט אלע השפעות וישועות פאר יעדן איינעם, בביאת משיח צדקנו

אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️