ובכן צדיקים יראו וישמחו וישרים יעלוזו - ליל שמחת תורה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ארום 12:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת מעריב ברוב עם הונדערטער חסידים ואנשי מעשה, בעל תפילה: נכד רבינו הרה''ח ר' יואל ברח''ב פילאפף הי''ו. נאך מעריב איז דער רבי געגאנגען אין מקוה.
אום 1:25 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטלית שאולה צו אתה הראית, פתיחת הארון: הרה''ח ר' יעקב הערש היימאן הי''ו (וומסב''ג).
אום 1:40 האט רבינו שליט''א אנגעהויבן טאנצן די געהויבענע הקפות.
רבינו שליט"א האט געזאגט פינעף מאל תורה אינמיטן די הקדמה.
ערשטע תורה: אויפן חרוז 'ידיד נפש אב הרחמן', דורך ריקודין של מצוה ווערט די פיס נתקדש בקדושה עליונה און עס ווערט נתפשט די קדושה אינעם גאנצן גוף.
צווייטע תורה: אויפן חרוז 'הדור נאה' דער שם א'ל איז שם החסד דורך דעם בארגט השי''ת אויס חסדים ורחמים, יעצט בשעת די הקפות איז די זמן וואס מען קען אויסבעטן אלעס גוטס און מען איז זיך מקבל אז מען וועט שפעטער באצאלן.
דריטע תורה: אויפן חרוז 'הגלה נא' אין די פסוקים חג הסוכות תעשה לך און והיית אך שמח איז מרומז שמות מסוגל אויף קינדער געזינט און פרנסה.
פערטע תורה: פאר קל מסתתר אויפן פסוק 'וידבר משה את מועדי ה'' אפילו מען זאגט מחשבה טובה הקב''ה מצרף למעשה נאר ביי צדיקים אבער מען זאגט אויך ביי די וואס זענען זיך מסתופף בצל הצדיקים, פארדעם שיקט מען אראפ די צדיקים הקודמים ביי די הקפות כמובא בזוה"ק ומקובל מרבותיה"ק כדי מען זאל זיך קענען פרייען אויפ'ן עתיד, די צדיקים וואס דער ציבור האט זיך מסתופף געווען בצילם דער טאטע ז''ל און דער פעטער ז''ל צו מען זעהט זיי יא, צו מען זעהט נישט, גלייב מיר אונז אז זיי זענען דא און זענען משפיע אלעס גוטס, וזאת הברכה אשר ברך משה דער טאטע ז''ל קומט איז עס נישט קיין ביאה ריקנות נאר ער בענטשט יעדעם איינעם.
פונפטע תורה: אויפן חרוז 'בראשית תורתך הקדומה' דורך תקיעת שופר און מצוות לולב ווערט נתעורר די זכות פון אברהם אבינו בשעת די עקידה, אפילו עס איז דא קשיות אויף אידישער קינדער זאל מען נישט פרעגן נאר אך טוב וחסד ירדפוהו כל ימי חיינו.
מען האט געענדיגט די הקדמה ארום 4:10.
ביי די דריטע הקפה האט מען מכבד געווען די אלע וואס האבן די זכיה צו זיין מלמדי תורה לעמי ישראל פון מוסדותינו הק' איבער די וועלט צו קומען נעמען א תורה, און ביי די פערטע הקפה אלע אייניקלעך פון רביה''ק בעל ברך משה זיע''א.
נאך די הקפות האט רבינו שליט''א פארגעזאגט שמע ישראל ה' מלך און די אנדערע פסוקים, פסוקי שמע ישראל ובעל קורא: הרה''ח ר' ברוך שטערן הי''ו (וומסב''ג).
עליות. כהן: הרה"ח ר' אלי' שאול כץ הי"ו (ב''פ). לוי: הרה"ח ר' משה ישעי' ווערצבערגער הי"ו מראה''ק מאנטרעאל. שלישי: רבינו שליט"א. הגבה הפוכה: הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט"א (מאנסי). גלילה: הרה"ג ר' יואל ברמ''א פריעדמאן שליט''א מו''ץ בקהלתינו מאנסי. מען האט געענדיגט 5:35, דער רבי האט געוואונטשן גוט יו''ט פארן גאנצן ציבור.
רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש און תיכף קידוש געמאכט און אפגעראכטן די סעודת יו''ט אויף א פריוואטן פארנעם מיט עטליכע אייניקלך און באי ביתו, בשעת די סעודה האט האט זיך פארמירט א שמועס במנהגי ישראל ביום שמח"ת ביי רבותיה"ק זיע"א, און ביי גדולי ישראל בשנים קדמוניות.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען: הרה"ח ר' יואל ווידער הי"ו. און מיט ברכהמ''ז: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו.
יום שמחת תורה
שמחת תורה צופרי ערש"ק, ארום 11:05 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד.
פסוקי דזמרה און שחרית האט מען געדאווענט במהירות כנהוג, בעל תפילה: הר''ר יואל בר''ש ווערצבערגער שליט''א, ביי נשמת האט מען געזאגט האל, המלך און שוכן עד, בנוסח יו''ט, ימים נוראים ושבת כנהוג. די כהנים האבן געדוכענט, און רבינו שליט''א האט גענומען אינטערן טלית עטליכע יתומים ממשפחת אנ''ש, כדרכו בקודש. מען האט געענדיגט ארום 12:30.
ארום 1:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו אתה הראית, פתיחה: הרה''ח ר' יצחק וואלף פילאפף הי''ו (וומסב''ג).
ארום 1:15 האט רבינו שליט''א אנגעהויבן טאנצן די הייליגע הקפות. מען האט געענדיגט די הקדמה בערך 3 אזייגער.
רבינו שליט''א האט געזאגט 4 מאל תורה, צויי מאל ביי די הקדמה און פאר די פערטע און זעקסטע הקפה.
ערשטע תורה: אויפן חרוז 'ידיד נפש', אפילו מען טוהט נאר א תנועה קלה אין עבודת ה' איז עס אין הימל זייער חשוב.
אופן ב' דער אייבערשטער האט אריינגעלייגט אין די טבע א מדה פון השתוקקות נישט זיין צופרידן פון וואס מען האט, און גשמיות דארף מען טאקע ניצן די מידות הסתפקות, אבער ברוחניות דארף מען זיין בבחינת הולך זיך הייבן העכער פון די יעצטיגע מדריגה, מען רעדט נישט פון די וואס לערנען נישט נאר די וואס לערנען יא זאלן לערנען מיט מער הבנה, התמדה וביגיעה.
צווייטע תורה: אויפן חרוז פון 'הגלה נא' פון סוכה זעהט מען דעם נחת רוח פון דינען דעם אייבערשטען מיט צרכי גשמיות און די ריבוי כבוד שמים ווען אידן וואס זענען טרוד על המחיה ועל הכלכלה זענען עוסק אין תורה נאך מער ווי יושבי אוהל.
אופן ב' אפילו שכר מצוה בהאי עלמא ליכא, דורך מוסיף זיי מחול אל הקודש איז יא דא שכר, דארף מען ארויסברענגן לשבח פון אידן וואס זיצן יעדע וואך שב''ק מוסף צו זיין, מען אנטלויפט נישט פונעם שבת, אויף דעם איז דא שכר בהאי עלמא, בפרט מען האלט יעצט קרוב צום אלף השביעי יום שכלו שבת איז די זמן פון הוספה מחול אל הקודש. יעצט ערש"ק דארף מען צואיילן די הקפות נישט מכח עצלות ח''ו נאר מכח קדושת השבת, וועט בשכר זאת נשפע ווערן, דער כח פון שבת, הוספה מחול אל הקודש, פאר א גאנץ יאר אז עס איז דא שכר בהאי עלמא.
די תורה פאר די פערטע הקפה - הקפה פון משה רבינו, אויפן פסוק 'בראשית ברא אלוקים': דורך די תורה ווערט בטל די טענה פון די מלאכים אתי למחטאי קמך, און מעורר געווען יעדער לפי מדרגתו מקבל זיין און מוסיף זיין בלימוד התורה.
די תורה פאר די זעקסטע הקפה - הקפה פון יוסף הצדיק: די צ''א נענועים זענען מסוגל משפיע זיין פרנסה, פארדעם איז מנהג אבותינו ורבותינו הקדושים צו מאכן די נענועים מיט די ספר תורה ביי די זעקסטע הקפה וואס איז די מדה פון קדושת יוסף וואס איז משפיע פרנסה, בשעת די זעקסטע הקפה איז מען זיך מקבל נזהר זיין בקדושה בדיבור מעשה ובמחשבה ובפרט פון די טעכנאלאגישע כלים.
צווישן די הקפות האט מען געזונגען די פיוטים פונעם חרדים, בהתעוררות רב, כנהוג.
במשך די הקפות האט מען מכבד געווען די הונדערטער אויסלענדישע געסט.
ביי די זעקסטע הקפה האט רבינו שליט''א געמאכט די נענועים מיט די ספר תורה בהתרוממות ובדביקות כמנהג רבותינו הק'.
ביי די זיבעטע הקפה שוין בלויז אויף די בימה צוליב די שפעטע שעה לקדושת השב"ק הממשמש ובא, האט דער רבי איבערגענומען די אייגענע ספר תורה און געטאנצן די ריקודין ברוב חביבות והתרוממות בשמחה עילאה.
ביים ענדיגן בערך 4:45 האט דער רבי געזאגט ויאתיו, און פארגעזאגט לדוד מזמור פסוק בפסוק.
ביים ליינען האבן עולה געווען די משמשים בקודש. כהן: הרה''ח ר' שמואל הכהן פר"מ הי''ו. לוי: הרה''ח ר' יואל יודא רובינפעלד הי''ו (וומסב''ג). שלישי: הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו. רביעי: הרה''ח ר' חיים שלמה פישער הי''ו. חמישי: רבינו שליט"א.
מען איז תיכף אריבער בחדרי הפאליש צום ליינען.
מען האט געליינט און געדאווענט די תפילות מיט א שנעלקייט מפני קוצר הזמן.
משמש הרה''ח ר' יואל קויפמאן הי''ו האט פארגעזאגט דעם רשות חתן תורה, און רבינו שליט''א האט עולה געווען און געליינט בהתעוררות רב מעונה.
הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה''ח ר' משה אהרן שטיינבערג, גלילה: הרה''ח ר' יואל ברמ''ב ווידער הי''ו.
חתן בראשית: הרה''ח ר' אליעזר לעוו הי''ו (לאנדאן), מען האט אויסגעשפרייט א טלית ווי א חופה, כנהוג.
הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה''ח ר' יואל ווערטהיימער הי"ו, גלילה: הב' המשב''ק שניאור זלמן עקשטיין הי''ו.
חתן מפטיר: הרה''ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי''ו.
הגבה אויפן דריטן ספר: ר' יעקב ברמ''ח הכהן פריעדמאן הי''ו, גלילה: הבחור מרדכי בן הר''ר חיים אליעזר דאווידאויטש שליט''א.
מוסף האט געדאווענט פארן עמוד הרה''ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי''ו, מען האט פרייליך געמאכט כנהוג. מען האט תיכף געדאווענט מנחה. מען האט געענדיגט 5:30.
רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש באגלייט בשירה ובזמרה און תיכף קידוש געמאכט 5 מינוט צום זמן הדלה"נ, און זיך געוואשן צו די סעודת יו''ט און בוצע געווען אויף לענגלעכע חלה, מען האט אריינגעברענגט מאכלי יו''ט און קרויט כנהוג.
רבינו שליט''א האט געזינגען שישו ושמחו און געבענטשט אויפן כוס. מ'האט געענדיגט בערך 6:35, און דער רבי איז געגאנגן אין מקוה לקראת שב"ק, בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
