בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Shabbos Kodesh17 Tishrei 578510/19/2024

Report
ימים הראשונים של חג הסוכות תשפ"ה בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בקרב ק''ק קרית יואל יצ''ו

ערב יו''ט אין די נאכמיטאג שעה'ן האט דער רבי געבינדן דעם לולב און געזאגט דעם יהי"ר כנהוג, און פארן זמן הדלקה"נ געמאכט אן עירוב תבשילין.

פארנאכטס ארום 7:00 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו, מנחה: הרה"ג ר' עקיבא יוסף כהנא שליט"א (וומסב''ג) חתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א, מערבית: הרה"ח ר' דוד בר"מ עקשטיין הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 7:55.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט יו"ט און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 10:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין די סוכה הגדולה, דער רבי האט געמאכט א ברכה און געצינדן די נרות יו"ט, און איינגעלאדענט די אושפיזין און געזאגט די תפילה לליל ראשון, און זיך אראפגעזעצט ביי תיבו תיבו, כנהוג.
הגבהת הכוס לקידוש: הרה''ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א.
די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און געברענגט קוגלען און דער רבי האט פארטיילט שיריים פאר די בעלי אושפיזין.

מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' אברהם יודא ראזענבערג הי"ו (וומסב''ג).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'אתה אמרת והשענו תחת העץ חייך שאני פורע לבניך מצות סוכה' און געטייטשט אז מיט די כח פון אברהם אבינו וואס האט משריש געווען מידת החסד האבן די אידן זוכה געווען צו די ענני הכבוד אפילו אן א בקשה פון פארדעם, און דאס גייט אן עד היום הזה ווערן אידן געהאלפן מיט אלעם וואס מען דארף נאך פאר מען בעט.

ברכת המזון: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו ראה"ק. מען האט געענדיגט ארום 12:15.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️