בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגי"ב תשרי תשפ"ה10/14/2024

באריכט
מאנטאג פרשת ברכה ב' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל ברמ"י הירש הי"ו.
ב"ר חיים יואל דים הי"ו.
ב"ר יואל שניטצער הי"ו.
ב"ר יעקב אונגאר הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז פארגעקומען בקו''פ ביי רבינו שליט"א בביתו נאוה קודש צוויי זיצונגען פון עטליכע פאליטישע באאמטע וועלכע לויפן פאר ווידערוויילונג, אינאיינעם מיט די הנהלת הקריה און אסעמבלימאן ר' שמחה אייכענשטיין הי"ו פון ב"פ מגדולי העסקנים למען חינוך הטהור.
ארום 12:30 איז אריין דער קאנגרעסמאן פון קרית יואל 'פעט רייען' און שפעטער ארום 1:00 דער סטעיט סענאטער 'דזשעימס סקופיס' אינאיינעם מיט'ן אסעמבלימאן פון קרית יואל געגנט 'קריס עיקוס', די פאליטיקאנטן האבן ארויס געהויבן זייערע פילע לייסטונגען לטובת די חרדי'שע אידנטום אין ניו יארק בכלליות, און פאר קרית יואל בפרט, און באזונדער ארויסגעברענגט זייערע פעולות לטובת די עתיד החינוך אין ניו יארק, און פעולות פאר ביליגע דירות אין קרית יואל. דער רבי האט אויסגעשמועסט פילע ענינים ובראשם פארשידענע מהלכים איבער די גזירת החינוך און וואס די יהדות החרדית ערווארט פון זיי, און זיי מאציל געווען מברכות קדשו לרגל די בעפארשטייענדע וואלן.

און די נאכמיטאג שעה'ן ארום 4:30 האט רבינו שליט"א פארהערט בביתו נאוה קודש די הונדערטער תלמידי כתה ט' כתה מכינה לישיבה פון ביידע סניפים פון מוסדות קרית יואל, אויף מסכת קידושין וואס זיי האבן געלערנט במשך די פארגאנגענע יאר, דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט און זיי איבערגעלאזט א קשיא, און דערנאך ווארים אנגעוואונטשן פאר די מנהלים, מרביצי תורה, און אלע בחורים.

נאכמיטאג ארום 6:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:40 ביז 10:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בקו''פ לרגל די שידוך שליסן פון החתן בן הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש ז"ל בן משב"ק הרה"ח ר' יושע הי"ו, עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' יואל ברש"ח פיש הי"ו, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו ובמיוחד פאר משב"ק הרה"ח ר' יושע הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:45.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 695