בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגד' תשרי תשפ"ה10/6/2024

באריכט
זונטאג ברכה א' צום גדלי' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול. בעל תפלה: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:35, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 9:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
בן הר"ר חיים הערש קאהן שליט"א.
ב"ר אהרן שמואל גלאנץ הי"ו.
ב"ר יוסף לייב סאנדער הי"ו.
ב"ר חיים דייטש הי"ו.
ב"ר יואל לאנדא הי"ו (אנטווערפן).
ב"ר ישראל מייער הי"ו.
ב"ר יעקב משה ווערצבערגער הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

ארום 5:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אן ביהמ''ד הגדול צו תפילת מנחה ודרשת שבת שובה. בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי"ו. פתיחה: הרה"ח ר' אברהם דוד גאטליעב הי"ו (וומסב''ג). כהן: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג). לוי: הגה''צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א אב"ד הוניאד. שלישי - מפטיר: רבינו שליט"א. הגבה: הרה"ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א. גלילה: הר"ר שלמה זלמן וויינבערגער שליט"א.

נאך מנחה איז דער רבי ארויף אויפן ארון קודש צום דרשת שבת שובה במעמד אלפי אנ''ש וועלכע האבן איבערגעפילט דעם גאנצן ביהמ''ד הגדול מיט אלע אירע פליגלען, און האבן זוכה געווען צו א שעה של קורת רוח מיטצוהאלטן די דב''ק דרשת שבת שובה.
דער רבי האט מתפלל געווען א תפילה חרישית און אנגעהויבן די דרשה אויפן פסוק 'האזינו שמים ואדברה ותשמע הארץ אמרי פי' מיט לענגערע דרוש ופלפול ובדרך אגדה פון אריבער א שעה צייט אין די סוגיא פון מצות לאו ליהנות ניתנו, און דערנאך ממשיך געווען בדברי מוסר וחיזוק איבער לימוד התורה, קביעות עתים לתורה, עניני תפילה ועניני צניעות, כח הקדושה פון שטאט קרית יואל וואס צווואקסט זיך אין אלע זייטן, און ארויסגעברענגט די הצלחה פון די תקנות וואס מען האט געמאכט פון די דירות אין קר"י פאר בלויז דריי הונדערט דאלער א סקווער פוס, און געבעטן דעם גאנצע ציבור זיך צו האלטן צו דעם און נישט קויפן פאר טייערער, און ארומגערעדט איבער די שווערע מצב המלחמה אין ארה''ק מען דארף מתפלל זיין פאר אחב''י און נזהר זיין נישט חלילה משבח זיין די רשעים נישט אריינצופאלן מיט קיין קעלבערנע התפעלות, נישט ליגן אזויפיל אין די נייעס איבער די וואלן אין אמעריקע, מתפלל זיין איבער די גזירות החינוך אין ניו יארק.
דערנאך ארומגערעדט זיך צוצוגרייטן צו יום הקדוש מיט משניות מס' יומא, וליתר שאת דעם רא"ש סוף מס' יומא ווי ער שרייבט אראפ בקיצור די סדר העבודה, טראץ וואס עס איז מצוות לאו ליהנות נתנו איז עס אבער נישט אסור און מען מעג הנאה האבן און איז נישט שייך קיין געשמאקערע זאך ווי זיך צוצוגרייטן צו א מצווה מיט אלע פרטי הלכות און געוואונטשן מען זאל זאל זוכה זיין צו א תשובה שלימה און מסיים געווען ברוב ברכות.

מען האט געענדיגט די דרשה אום 7:35, נאך עטליכע מינוט ביים זמן ר"ת האט דער רבי געדאווענט מעריב בהיכל הביהמ"ד, בעל תפילה: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️