בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךכ"ט אלול תשפ"ד10/2/2024

באריכט
דינסטאג פרשת האזינו ג' דסליחות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אום 5:45 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ"ד הגדול, בעל תפלה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:25, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' משה ראזענפעלד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' אברהם שמעון ברא"ט ווידער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר שמואל ווייס הי"ו.
ב"ר מאיר סאקס הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מענדל גרשון ברנ"מ ווייס הי"ו (מאנסי), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים און דער בעל ברית בהיכל הביהמ"ד. אויך האבן שלום גענומען הרה"ג ר' מרדכי אהרן זאבעל שליט"א מנהל ישיבה גדולה סניף עצי חיים שיעור ג' אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה וועלכע האבן זיך צוריקגעקערט פון זייער נסיעה למקומות הקדושים אין אייראפע, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער וויאזוי די נסיעה איז אריבער און געוואונטשן מ'זאל האבן געפועל'ט אלעס גוטס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:30 ביז 10:20 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:20, און מעריב ארום 10:20.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️