בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגכ"ו אלול תשפ"ד9/29/2024

באריכט
זונטאג פרשת האזינו א' סליחות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

באשמורת הבוקר אום 5:19 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ"ד הגדול דקרית יואל.
דער ביהמ"ד הגדול מיט אלע אירע היכלים און קארידארן ביז צום פארטש, זענען געווען איבערגעפילט מלא על כל גדותיו מיט שווערע טויזענטער אנ''ש פון איבער גרעיטער ניו יארק און ניו דזשורזי.
רבינו שליט''א האט יורד געווען לפני התיבה בהתעוררות רב, מעוטף אינעם טלית און קאפל פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א, מאוצרו פון הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי"ו, און פארגעזאגט אין א סליחות פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א מיט גרויס התעוררות, מען האט געענדיגט ארום 6:20.

נאך אמירת סליחות איז פארגעקומען דער 'מעמד תפילה ובקשת רחמים' בפקודת הקודש פון רבינו שליט"א ווי די טויזענטער אידן האבן אינאיינעם געזאגט ספר רביעי שבתהילים - אזוי אויך אין אלע בתי מדרשים דקהלתינו הק' איבערן גארער וועלט - איינצורייסן און מעורר זיין רחמי שמים מבטל זיין די גזירות הגיוס בארה"ק, בעל תפילה איז געווען הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ ורב דביהמ"ד ברך משה וומסב''ג ומרבני וועד משמרת חומותיך ירושלים. מען האט געענדיגט ארום 6:40, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שלום יצחק ב"ר מנלי שעהר הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט תפילת שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
בן הר"ר מנחם יושע בערקאוויטש שליט"א בן הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
ב"ר יואל גראס הי"ו.
ב"ר יונתן בנימין קטינא הי"ו.
ב"ר יחזקאל לאנדא הי"ו.
ב"ר משה יודא גאלדבערגער הי"ו.
ב"ר מאיר משה לעבאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר.

נאך שחרית איז דער רבי אריבער אויף א ביקור חולים באזוך אין שטוב פון משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו לרפו"ש, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים אנגעוואונטשן א רפואה שלימה וגמורה און ברכות לרוב.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:30 ביז 10:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:10, און מעריב ארום 10:15.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 710