דאנערשטאג פרשת נצו"י 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם יקותיאל זלמן שטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר קלמן אליעזר בבור הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדר הפרטי, אויך זענען אריין די בחורים המצטיינים וועלכע האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף גאנץ מסכת בבא מציעא און דער רבי האט פארטיילט א י"ב חלה און מאציל געווען מברכת קדשו.
נאך א קורצע צייט איז דער רבי צוריק אריין אין ביהמ"ד ווי דער רבי האט פארגעלערענט די ניינטע און לעצטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצות לאו ליהנות נתנו' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה, און דערנאך ממשיך געווען מיט הכנה לקראת די ימי הרחמים והרצון און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע בחורים.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:30 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 7:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים אליעזר ווייס הי"ו - הרה"ח ר' משה שמחה קויפמאן הי"ו.
בעת די זמני כניסה האט רבינו שליט"א משמיע געווען דב"ק וברכה דורך א הוקאפ פאר אנ"ש תושבי מאנטרעאל ביים 'אסיפת אנ"ש' וועלכע איז פארגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול אין מאנטרעאל, קודם האט אויפגעטרעטן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א מיט א לענגערע דרשה בשליחות מרן רבינו שליט"א, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען די דב"ק און ארויסגעברענגט אז מען גרייט זיך צו עפענען א תלמוד תורה אויף דעם קומענדיגן ווינטער הבעל"ט דארף מען זיך זעהן צו האלטן צו די תקנות פון מייסד קהלתינו ומוסדותינו הק' רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א, אזוי אז די מוסדות זאל זיין א שטאלץ פאר מאנטרעאל אזוי ווי בית מדרשינו הגדול וואס איז א שטאלץ און א פראכט פאר די גאנצע שטאט, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די עסקנים וועלכע שטייען בראש און פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️