בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Tuesday14 Elul 57849/17/2024

Report
דינסטאג פרשת כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
בן הר"ר יחזקאל שרגא ברי"א שטיין שליט"א.
ב"ר יושע שלמה פעקעטע הי"ו.
ב"ר אברהם קליין הי"ו.
ב"ר אהרן הערש אינדיג הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ג פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד, און די תלמידי הישיבה זענען אריין בקו''פ לקראת זייער נסיעה למקומות הקדושים אין אייראפע, דער רבי האט אנגעוואונטשן און פארטיילט שליח מצוה געלט.

ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף ברך משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט די דריטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצות לאו ליהנות נתנו' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה. מען האט געענדיגט ארום 2:30.

אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.

אום 4:20 איז דער רבי אהנגעקומען צו די שמחת השבע ברכות פון החתן בן הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי''ו, פארגעקומען אין זיין חדר אוצר הספרים וכתבי קודש, צוגעשטעלט פאר די אברכי הכולל פון בית מדרשינו בנין בראך, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שיינע שמועס איבער פארשידענע נוסחאות אין די הייליגע טעג, און אלטע פארצייטישע מנהגים, דער רבי האט איבערגעקוקט כתבי ידות און אלטע ספרים מבית גנזיו פון צדיקים הקודמים און צוגעצייכנט פארשידענע אינטערסאנטע ידיעות פון די ספרים.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פאר די אברכי הכולל און נאכן בענטשן געזאגט די שבע ברכות, און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיטן חתן און מחותנים. מען האט געענדיגט ארום 5:20.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 5:30 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

ארום 7:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און צווישן אנדערע האט ער געגעבן א גריס פון קרית ויואל משה מאנטיסעלא נאכן וויילן דארט אין די פארלאפענע זומער חדשים, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

אויך זענען אריין בקו''פ לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א און הגה"צ ר' שמואל דוד סאקס שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בנין געלבשטיין.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:40, נאך מעריב האט דער רבי געזאגט קדיש לרגל די יארצייט פון זקינו הגה''ק רבי ישראל יעקב יוקל מוואלאווע זיע''א, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️