בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Tuesday7 Elul 57849/10/2024

Report
זונטאג פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' אליקים יודא ברמ"י גרינוואלד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
לבן הנולד אצל ר' יעקב בר"ח קארנבלי הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר אשר זאבעל הי"ו.
ב"ר אברהם יצחק מאיר ווערצבערגער הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און פארגעלערנט דעם טעגליכע תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ג פסוק ג'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 2:30 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין מאנסי צו די יערליכע זמני כניסה פאר אנ''ש לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון הבעל"ט.

ביים אנקומען אין מאנסי ארום 3:00 איז דער רבי צום ערשט אנגעקומען אין בנין הבית רחל החדש "בנין אליהו ניישטאדט" וועלכע איז נארוואס באנייט געווארן צום נייעם לערן יאר, דער רבי האט זיך באגריסט מיטן חשובן נדבן הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי"ו און מיט די הנהלת המוסדות, און קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג און מכבד געווען הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א און דער חשוב'ע נדבן צו קובע זיין א מזוזה.
דערנאך איז דער רבי אריין און זיך אומגעקוקט אינעם גאנצן בנין און דערביי געהערט א באריכט פונעם מנהל המוסדות הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט אויפגעטרעטן הר"ר איתמר טובי' שווארטץ שליט"א, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חשוב'ן נדבן, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק איבער די שמחה פון די מאמענטן, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן נדבן און פארן גאנצן ציבור. מען האט געענדיגט ארום 3:30.

דערנאך איז דער רבי צוגעפארן צו ביהמ"ד סקולען מאנסי, ווי דער רבי האט אויסגעווארט די מיטה פון כ"ק אדמו"ר מסקולען זצ''ל זאל אנקומען, און דאן מיט געגאנגן מיט די מסע הלוי' און מלוה געווען די מטה פאר א עטליכע מינוט.

ארום 4:30 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו די זמני כניסה לקראת הימי הרחמים והרצון פאר די הונדערטער אנ''ש תושבי מאנסי וועלכע זענען אריין אל הקודש פנימה בפו"פ להפקד בדבר ישועה ורחמים.
צום ערשט זענען אריין די תלמידי המוסדות וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים, און דער רבי האט פארטיילט א מתנה א זמירות פאר אלע בחורים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

ארום 8:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בהיכלי הפאליש, בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן הערש וועבער הי"ו, נאך מנחה האט מען ממשיך געווען די זמני כניסה.

ארום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו מעריב, ווי דער רבי האט זיך באגריסט מיט אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די הילולא קדישא פון זקינו מרנא ורבנא הגה''ק הייטב לב זיע''א.

נאך א קורצע צייט ארום 10:00 איז דער רבי אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום עריכת שלחן הטהור לרגל די הילולא קדישא, ביי די לחיים נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל.

במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני התעורורות, מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען ב"א הרה"צ רבי אהרן טייטלבוים שליט"א רב דביהמ''ד עצי חיים סיגוט מאנסי.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב''ק במשנתו פונעם בעל הילולא, ודברי הכנה לימים נוראים, און ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פונעם בעל הילולא זיע''א און געזאגט וואס דער ייטב לב האט באפוילן זיינע קינדער צו משפיע זיין כל טוב דורכן זאגן תורה 'כה תברכו את בני ישראל אמר להם' במילא איז דא דער כח פונעם משלח און דאס ברענגט אראפ אלע השפעות, און גערעדט בשבח קהלתינו הק' אין מאנסי מיט אלע אירע אפטיילונגען, און אויפגעפאדערט צו דאווענען בבתי מדרשינו איבער די שטאט, און דערמאנט אז מען האט היינט באנייעט א נייעם בנין פאר די בית רחל, און ארויסגעברענגט לשבח פון ביידע סניפי ישיבות קטנות אין מאנסי 'ישיבה קנין תורה' און 'ישיבה דרכי התורה'. און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א. נאכן בענטשן האט דער רבי געזאגט שבע ברכות פאר א חתן מאנ''ש. מען האט געענדיגט ארום 11:10.

נאכ'ן טיש האט דער רבי ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור ביז ארום 12:00 אויפדערנאכט.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון האברך הנגיד ר' הערשל ווערטהיימער הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א מעמד הנחת אבן הפינה פארן נייעם ביהמ"ד אין שכונת וועסט מעיפל "ביהמ"ד לב אהרן" וואס ווערט געבויעט דורך ר' הערשל הי"ו.
צום ערשט איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך ר' הערשל הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין מאנסי, און דערנאך האט דער רבי געגאסן דעם אבן הפינה פארן ביהמ"ד אין א ספעציעלן גלאז, און מכבד געווען צו גיסן הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט"א דער חשוב'ן נדבן ובני משפחתו, און ראשי קהלתינו הק', און נאכאמאל ווארעם אנגעוואונטשן פאר ר' הערשל הי"ו און זיין גאנצע משפחה ברכות לרוב.

ארום 12:45 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים קיין קרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️