זונטאג פרשת ראה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר הלל ראזענבערג הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר אברהם לעבאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק ט"ז. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:00 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג צו קרית ברך משה אין וואודבערן לרגל די חנוכת הבית פונעם נייעם צוגעבויעטן פליגל פונעם בנין הת"ת.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 2:00 און צום ערשט ארויף אין שטוב פון בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א רב הקריה ווי ס'זענען אויך אנוועזנד געווען די חברי הנהלת הקריה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקודשה פונעם קריה און די דערנעבנדיגע קאנטריס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און פארטיילט ממתקים פאר די אייניקלעך.
דערנאך האבן די תלמידי הת"ת שע"י המחנה מקבל פנים געוועהן רבינו שליט"א בחוצות הקרי' אויסגע'שורה'ט אין די צוויי זייטן בשירה וזמרה, דער רבי האט אריבער שפאצירט ביז צום בנין הת"ת, ביים אנקומען האט דער רבי קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג און מכבד געווען בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א צו קובע זיין א מזוזה, און דערנאך אריין און זיך אומגעקוקט אינעם בנין און דערביי געהערט א באריכט פונעם חשוב'ן נדבן בונה ומקים עולמות של תורה ותפילה הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו.
דערנאך איז דער רבי ארויף צום היכל הביהמ"ד 'בנין יהודה' צום מסיבת לחיים אינאיינעם מיט די תלמידי הת"ת, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים און עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, פארן נדבן הרה"ח ר' אברהם הי"ו, און פאר אלע קינדער, און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק איבער די חשיבות פון לימוד התורה פון תשב"ר, און מסיים געווען בברכת קדשו פארן חשוב'ן נדבן און פארן גאנצן ציבור.
ארום 2:45 האט דער רבי פארלאזט די קריה און דערביי געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו איבער די פארברייטערונג פון די פלייש געשעפט לאקאלן שע"י קהלתינו הק' בהרי הקעטסקילס.
פון דארט איז דער רבי אריבער צום דערנעבנדיגן קאנטרי אויף א ביקור חולים באזוך ביי הרה"ח ר' ישראל יצחק בערנאטה הי"ו לרפו"ש, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 3:15 איז דער רבי אנגעקומען אינעם מאונטען וואוד קאנטרי אין סאוט פאלסבורג אין שטוב פון הרה"ח ר' מענדל מאיר ברז"ל גליק הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א סיום כתיבת האותיות, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות אין די ספר תורה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגים ביי הכנסת ספר תורה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן נדבן הספר תורה הרה"ח ר' מענדל מאיר הי"ו און זיין גאנצע משפחה, דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן בשמחת התורה פאר א שטיק צייט אינאיינעם מיט די גאנצע משפחה.
פון דארט איז דער רבי אריבער צו מחנה בית רחל, ביים אנקומען ארום 3:45 האט זיך דער רבי באגריסט מיט די הנהלת ומנהלי המחנה.
דער רבי איז צום ערשט אריבער אויף א באזוך אינעם כולל אברכים שע"י המחנה ווי עס איז פארגעקומען א קבלת פנים ומסיבת לחיים, עס האט אויפגעטרעטן הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א מנהל הבית רחל, און הר"ר מאיר יוסף בר"א גראס שליט"א מנהל רוחני, און הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו חבר הנהלת המחנה.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רבני המחנה און פארן גאנצן ציבור און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'הביטו אל אברהם אביכם ואל שרה תחוללכם' און ארויסגעברענגט אז דא אינעם קעמפ איז די פלאץ ווי מען מאכט זיכער אז מען זאל אויסוואקסן א קינד און טאכטער פון אברהם אבינו און שרה אמינו, און ארומגערעדט בשבח פון די הנהלת המחנה וועלכע לייגט אריין אזויפיל כוחות אין די תלמידות בגשמיות וברוחניות און מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט ספרו חידושי תורה מהר"א ט"ב פאר די רבני הכולל.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום בנין שערי שלוה ווי עס זענען געווען פארזאמלט אלע תלמידות המחנה, דער רבי האט משמיע געווען דברי הדרכה אז מען דארף אכטונג געבן זיך צו פירן ווי א טאכטער פון שרה אמינו סיי בעניני צניעות און סיי בין אדם לחבירו, די אחריות ממשיך זיין די מסורת האבות ואמהות, די היינטיגע מיידלעך זענען די מארגנדיגע כלות און די איבערמארגנדיגע מאמעס פאר די קומענדיגע דור, און מסיים געווען בברכת קדשו.
פון דארט איז דער רבי ארויף אין שטוב פון הרה"ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו ווי עס זענען אנוועזנד געווען אלע חברי הנהלת המחנה, מען האט אויסגעשמועסט די ווייטערדיגע פלענער להרחבת גבולי הקדושה.
אויפן וועג ארויס האבן אפגעווארט די קלענערע קינדער תלמידי המחנה וועלכע האבן געזינגען א ניגון און דער רבי האט פארטיילט ממתקים פאר די קינדער. ארום 5:30 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' שלמה הערש פעלדמאן הי"ו - הרה"ח ר' משה יחיאל יודא מענדלאוויטש הי"ו, באולם כינור דוד.
הר"ר מאיר זאב שטערן שליט"א - הרה"ח ר' יואל פייערווערקער הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
הרה"ח ר' זלמן לייב בערנאטה הי"ו - הרה"ח ר' יואל ברח"ד ווייס הי"ו, באולם גינת קליין.
ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 1:20 אויפדערנאכט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים פון די פאלגענדע תנאים פון די מחותנים.
הר"ר יואל מאיר פריעדמאן שליט"א - הר"ר הערשל אילאוויטש שליט"א.
הרה''ח ר' עמרם נתן פעלבערבוים הי"ו - הרה"ח ר' אברהם שמואל פארקאש הי"ו.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א נשיא ישיבת תורת חסד לאנדאן וועלכע וויילט אין די יעצטיגע טעג אין קר"י, דער רבי האט דורש געווען בשלומו און ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך זענען אריין בקו''פ תלמידים פון ישיבת בין הזמנים פון לעיקוואד וועלכע וויילט אין די יעצטיגע בין הזמנים טעג בשכינות פון קר"י, דער רבי האט ארומגערעדט אין די סוגיא פון כבתה זקוק לה אין וואס די בחורים זענען יעצט עוסק, און געגעבן א מתנה ספרו לב אהרן אויף חנוכה פארן ראש החבורה הרה''ג ר' אליעזר פריעדמאן שליט"א און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️