בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Monday22 Menachem Av 57848/26/2024

Report
שב''ק פרשת עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פרייטאג צונאכטס ארום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הר"ר יואל אקער שליט"א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:45. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א אפיעל פאר מוסד הק' 'קרן הצלה'. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 10:20 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' חיים צבי ני"ו בן הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, הגבהת הכוס: נכד רבינו הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ח ר' יצחק מיטטעלמאן הי"ו (וומסב''ג), מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יוסף כאירה הי"ו (וומסב''ג).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק אינעם הפטורה 'הביטו אל אברהם אביכם ואל שרה תחוללכם' און געטייטשט בדרך דרוש אז ווייל מצוה בו יותר מבשלוחו וועט הקב''ה אליינס מנחם זיין און אויסלייזן אידישע קינדער.

קה אכסוף: הרה"ח ר' יוסף אפפעל הי"ו (ב"פ), ברכת המזון: הגה"צ ר' מנחם נפתלי טייטלבוים שליט"א אב"ד טשענסקאוויץ וומסב''ג.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א וואס די יומדהל''ק געפאלט דעם פרייטאג כ"ו אב.

קה רבון עלם: הרב יעקב אליעזר כהנא שליט"א (וומסב''ג), די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יעקב חיים מאשקאוויטש הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:00.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' שלמה הערש פעלדמאן הי"ו, דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו שחרית.

הוצאה והכנסה: הר"ר מאיר זאב שטערן שליט"א, פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' יונה בערנאטה הי"ו.

עליות. כהן: הרה"ח ר' חיים הכהן קאהן הי"ו (וומסב''ג). לוי: החתן אלטר ברוך ב"ר יואל בר"מ לעווי הי"ו. שלישי: החתן געציל הערש ב"ר זלמן לייב בערנאטה הי"ו - באווארפען. רביעי: החתן אהרן ב"ר שלמה הערש פעלדמאן הי"ו - באווארפען. חמישי: החתן שמואל בנימין בהר"ר מאיר זאב שטערן שליט"א - באווארפען. שישי: רבינו שליט''א.

נאכ'ן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' דוד בר"מ מיטטעלמאן הי"ו (וומסב''ג).
ר' אליעזר גאנדעל הי"ו.
ר' ישראל מאיר פעלדמאן הי"ו.

שביעי: החתן יעקב בהר"ר אביגדור הערשקאוויטש הי"ו. הוספות: החתן יואל ב"ר אברהם הערש וויינבערגער הי"ו. החתן מרדכי ב"ר יואל שמאיע הי"ו. אחרון: הגה"צ אב"ד טשענסקאוויץ שליט"א. מפטיר: ר' אברהם יצחק ברי"ק ליכטענשטיין הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. הגבה: הרה"ח ר' אברהם הערש וויינבערגער הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' יואל בר"מ לעווי הי"ו.

צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די הילולא קדישא פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א די וואך. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל הרה''ח ר' יעקב קאפיל סימאן הי''ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. מען האט געענדיגט ארום 12:40.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:10. מנחה: הרה"ח ר' בעריש גפן הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמואל יצחק בערקאוויטש הי"ו. כהן: הרה"ח ר' אהרן שמואל קאהן הי"ו (וומסב''ג). לוי: הר"ר שמואל מאיר לעווי שליט"א. שלישי: הרה''ג ר' מאיר האלבערשטאם שליט"א אב"ד קשאנוב ומו"צ בקהלתינו הק' וומסב''ג. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' בצלאל חיים באש הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' יונה ראטה הי"ו (וומסב''ג).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'והיה עקב תשמעון' און געטייטשט אז די אבות הקדושים אברהם ושרה האבן מקיים געווען מצוות באש להבת שלהבת, און אז מען טוהט אזוי ווערן פארברענט די מלאכים המשחיתים וואס ווערן באשאפן פון די עבירות, און דאס איז די עבודה יעצט נאך חמשה עשר באב ווען מען מאכט א הכנה אויף די ימי הדין צו טוהן מצוות מיט א התלהבות.

ידיד נפש: הרה"ח ר' דוד באש הי"ו (וומסב''ג), קל מסתתר: הרה"ח ר' הערשל פריעד הי"ו (וומסב''ג). דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.

צו תפילת מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די הילולא קדישא כ''ו אב די וואך. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️