דאנערשטאג פרשת עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' יואל ברי"א פריעדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' חיים יעקב לעבאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
בן הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א.
ב"ר יוסף לייב ווערצבערגער הי"ו.
ב"ר שמעון יואל גוטמאן הי"ו.
ב"ר יו"ט ליפא וויינבערגער הי"ו.
ב"ר משה ארי' וויזעל הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכע תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק ד'. דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען ביי די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת, אינאיינעם מיט הגה"צ רבי יושע רובין שליט"א אבד"ק באבוב-45 וועלכע איז זיך געקומען אומקוקן אויף די שחיטה, דער רבי איז ארומגעגאנגען אינאיינעם א לענגערע צייט און אנגעוויזן די פילע חומרות והידורים מיט וואס די בית השחיטה צייכנט זיך אויס, און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 7:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' יואל ברי"ב ווייסמאן הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ח ר' יושע קאהן הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
הרה"ח ר' אברהם הערש וויינבערגער הי"ו - הר"ר שמואל מאיר לעווי שליט"א, באולם כינור דוד.
הרה"ח ר' ידידי' קלאגסברוין הי"ו (מאנסי) - הרה"ח ר' ברוך עזריאל יחיאל לאווי הי"ו, באולם גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' יואל ברמ"י מיטטעלמאן הי"ו (וומסב''ג) - הר"ר ישראל העניך שעהר שליט"א.
הרה''ח ר' ציון עובדי' מאסרי הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ח ר' אברהם יצחק כאירה הי"ו.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ האדמו"ר מחוסט נאדבורנא שליט"א פון שכונת חתם סופר אין קר"י, לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט וואס איז פארגעקומען די וואך, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️