בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגי"א מנחם אב תשפ"ד8/15/2024

באריכט
דאנערשטאג ואתחנן 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 8:55. בעל תפילה: הב' יואל ב"ר פישל סופר הי"ו (קר"י).
פתיחה: הב' יואל ב"ר יוסף מאסרי הי"ו (קר"י). בעל קורא: הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו (קר"י).
כהן: הבה"ח יושע ב"ר יצחק פריעדמאן הי"ו (קר"י). לוי: הרה"ח ר' ישעי' ווערצבערגער הי"ו (קר"י). שלישי: רבינו שליט"א. הגבה: הרה"ח ר' ישראל יעקב דייטש הי"ו (קר"י). גלילה: הב' אהרן בהר"ר אשר זעליג סאסמאן שליט"א (לעיקוואד).

נאכן דאווענען האבן שלום גענומען א קבוצה בחורים מתלמידי ישיבה קטנה סניף רב טוב קר"י בהנהלת הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א וועלכע זענען ארויסגעקומען זיך פארהערן ביי רבינו שליט"א אויף שו"ע יו"ד ח"א וואס מען האט געלערנט אין ישיבה במשך די פארגאנגענע דריי יאר, דערנאך דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגים בנוגע די הפטורה ביי די שבעה דנחמתא.

אין די פארמיטאג שעה'ן האבן זיך געשטעלט די תלמידי ישיבה רב טוב צום פארהער בביתו נאוה קודש, דער רבי האט א לענגערע צייט פארהערט די בחורים אויף שו"ע יו"ד ח"א הלכות מליחה, בשר וחלב, און טריפות, און דערביי אויסגעשמועסט פארשידענע שאלות וואס מאכן זיך היינט צוטאגס אין די בתי השחיטה און פארשידענע סיפורים בהלכות טריפות ביי צדיקים אין די אלטע היים, דערנאך זענען די בחורים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש און עקסטער האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פארן מנהל הישיבה הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א און די אנדערע רמ"י הישיבה.

דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה ארום 8:25. בעל תפילה: הב' יוסף ב"ר זלמן מענדלאוויטש הי"ו (קר"י). צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. און ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב. בעל תפילה: הב' משה ב"ר זלמן מענדלאוויטש הי"ו (קר"י), נאך מעריב זענען די געסט אריבער שלום נעמען און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️