בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגח' מנחם אב תשפ"ד8/12/2024

באריכט
מאנטאג פרשת ואתחנן 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 9:00.
בעל תפילה: הבה"ח בערל ב"ר מיכל פעלדמאן הי"ו (קר"י).
פתיחה: הרה"ח ר' אלטר אברהם אליעזר שפיטצער הי"ו. בעל קורא: הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו (קר"י).
כהן: הב' בערל ב"ר דוד יודא קאהן הי"ו (קר"י). לוי: הר"ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט"א (קר"י). שלישי: רבינו שליט"א - עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' מיכל פעלדמאן הי"ו און דער רבי האט זיך באדאנקט. הגבה: הרה"ח ר' יוסף דוב ראזענפעלד הי"ו (קר"י). גלילה: הב' רפאל בנימין ב"ר מיכל פעלדמאן הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש.

דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה ארום 7:10. בעל תפילה: הר"ר שמואל קרויס שליט"א (קר"י). נאך מנחה האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️