בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגז' מנחם אב תשפ"ד8/11/2024

באריכט
שב''ק פרשת דברים שבת חזון 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א - בעיר הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר

אויף שב"ק האבן געוויילט בצל הקודש די תלמידי המתיבתא סניף ברך משה.

ערב שבת נאך די מקוה האבן די תלמידי המתיבתא שלום גענומען און די פאלגענדע בחורים האבן איבערגעגעבן תירוצים אויף דעם רבינ'ס קשיא:
הב' מאיר פנחס חיים בן הר"ר משה יוסף אשכנזי שליט"א (מאנסי).
הב' פסח דוד בן הרה"ג ר' מנחם זאב שטערן שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' וומסב''ג.
הב' קלמן ב"ר יואל קארנבלי הי"ו (וומסב''ג).
הב' יושע צבי ב"ר יואל גליק הי"ו
(וומסב''ג).
הב' אליעזר אלטר ב"ר שלמה צבי פעלבערבוים הי"ו (קר''י).

פרייטאג צונאכטס ארום 8:35 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א מגי"ש בקהלתינו הק' מאנסי. מען האט געענדיגט ארום 10:15.

נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 10:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און פילצאליגע געסט אנ''ש, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' יצחק אייזיק טייטלבוים ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א, הגבהת הכוס: נכד רבינו הרב ליפא אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הר"ר חיים אלימלך יאקאב שליט"א ר"מ במתיבתא, מנוחה ושמחה: הר"ר הערשל אשכנזי שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אלה הדברים אשר דבר משה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון דברה תורה בלשון בני אדם.

קה אכסוף: נכד רבינו הרב ליפא אשכנזי שליט"א. ברכת המזון: הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט"א מנהל הישיבה.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק הרבי מלובלין זיע''א וואס די יארצייט געפאלט דינסטאג תשעה באב.

קה רבון עלם: נכד רבינו הרב ברוך רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: הר"ר יוסף דוב ראזענפעלד שליט"א (קר"י). מען האט געענדיגט ארום 1:25

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:45. ברכות: הר"ר שמואל קרויס שליט"א ר"מ בישיבה, פסוקי דזמרה: נכד רבינו הרב ברוך רוקח שליט"א, צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו (מאנטרעאל), פסוקי שמע ישראל: הר"ר משולם פייש כהנא שליט"א (קרית טאהש) חתן האדמו"ר מזידיטשוב פרעמיסלא שליט"א.
בעל קורא: הב' שמואל נתנאל בר חיים קליין הי"ו (קר"י).

עליות. כהן: הרה"ח ר' יחזקאל שרגא כ"ץ הי"ו (קר"י). לוי: הב' שמחה ב"ר הערש אלימלך קליין הי"ו (קר"י). שלישי: הרה"ח ר' אהרן מתתי' דייטש הי"ו (מאנסי). רביעי: הרה"ח ר' יעקב פויגעל הי"ו (קרית טאהש). חמישי: הרה"ח ר' יואל ברד"ל האלפערט הי"ו (קר"י). שישי: רבינו שליט''א - דעם רבין'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' משה יצחק לאנדא הי"ו (מאנסי), דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך. שביעי: הרב יצחק אייזיק הורוויץ שליט"א (קר"י) נכד כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א. הוספות: הרה"ח ר' משה יצחק לאנדא הי"ו. הרה"ח ר' מרדכי ווידער הי"ו (קרית טאהש). הרה"ח ר' יצחק עהרענפעלד הי"ו (קר"י). הב' גרשון ב"ר יעקב הערש ניישטאדט הי"ו (ב"פ). הרה"ח ר' משה מארקאוויטש הי"ו (קר"י). הרה"ח ר' אברהם מאסרי הי"ו (קר"י). הרה"ח ר' יחזקאל שרגא לאנדא הי"ו (מאנסי). הרה"ח ר' מרדכי קליין הי"ו (וומסב''ג). הרה"ח ר' חיים משה לאנדא הי"ו (קר"י). נכד רבינו הרב ליפא אשכנזי שליט"א. נכד רבינו הרב ברוך רוקח שליט"א. אחרון: ר' אברהם גאלדבערג הי"ו (קרית טאהש). מפטיר: הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט"א. הגבה: הר"ר שמואל קרויס שליט"א. גלילה: הב' המשב"ק חנני' יו"ט ליפא דייטש ני"ו.

מוסף: נכד רבינו הרב ליפא אשכנזי שליט"א. פתיחה צו אנעים זמירות: הר"ר יחיאל מיכל בערקאוויטש שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 12:50.
דער רבי איז אריבערגעקומען אין ביהמ"ד צו די זמירות ודברי תורה ארום 2:50, מען האט געזינגען ניגוני גלות וגאולה, דער רבי האט טועם געווען חלה און קוגל און געוואונטשן לחיים.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. ברוך ה' יום יום: הר"ר משולם פייש כהנא שליט"א, ברוך קל עליון: הר"ר יעקב שלום ווייס שליט"א (קר"י).
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ה' אלקי אבותיכם יוסף עליכם ככם אלף פעמים' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון שכר מצוה בהאי עלמא ליכא.

מען האט ממשיך געווען מיט עטליכע ניגונים, ברכת המזון: נכד רבינו הרב ברוך רוקח שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 3:40.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען ארום 8:35. מנחה: הרה"ח ר' יעקב פויגעל הי"ו.ַהוצאה והכנסה: ר' אברהם יוסף שאלאמאן הי"ו (וומסב''ג). כהן: הרה"ח ר' שמחה בונם טורנהיים הי"ו (וומסב''ג ). לוי: הרה"ח ר' יקותיאל הערש ווייס הי"ו (מאנטרעאל). שלישי: ר' רפאל ברמ"י ווערטהיימער הי"ו (קר"י). הגבה: רבינו שליט''א - עס איז געקויפט געווארן דורך הר"ר יחיאל מיכל בערקאוויטש שליט"א און דער רבי האט זיך באדאנקט. גלילה: הב' בן הרה"ג ר' יוסף מרדכי וואגשאהל שליט"א (קר"י).

ביי של"ס איז דער גאנצער ציבור אריבער נעמען שיריים פון די פיש, מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' אהרן מתתי' דייטש הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' מרדכי קליין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק אין די הפטורה 'חזון ישעיהו בן אמוץ אשר חזה על יהודה וירושלים' און געטייטשט אז דער דרך היצר הרע איז צום ערשט איבעררעדן אויף קלענערע עבירות און דורך דעם ווערט באשאפן א מלאך א מסית צו הארבערע עבירות, דאס צו מבטל קען מען דורך קרי''ש שחרית וערבית, היינט צו טאג דארף זיך יעדע איד מתבונן זיין אין די נבואה און אריינטראכטן צו ער איז נישט חלילה מוסיף חטא על פשע מעכב צו זיין די גאולה, און מתקן זיין די מעשים.

ידיד נפש: הרה"ח ר' מרדכי ווידער הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' משה יצחק לאנדא הי"ו. דער רבי האט געבענטשט על הכוס.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' מרדכי ווידער הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 11:00.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 637