בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Tuesday2 Menachem Av 57848/6/2024

Report
באריכט מסע הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א לרגל הילולא קדישא פון ראש השושילתא קדישא הגה''ק הישמח משה זיע''א

יום א' דברים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אוהעל צאנז


זונטאג ארום 10:15 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין די שטאט אוהעל לבית האכסניא.
ארום 10:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שאטער הגדול 'אהל התפילות' וואס איז ספעציעל אויפגעשטעלט געווארן לכבוד די הילולא קדישא.
דער רבי האט געלייגט טו"ת און דערנאך געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור הב' יהודה אריה בן הר"ר מאיר צבי ווייס הי"ו (בני ברק)
בעל תפילה: ר' הערש לייב פאגעל הי"ו (קר"י).

נאכן דאווענען האבן שלום נעמען די פרישע צענדליגער געסט רבנים חסידים ואנשי מעשה וועלכע זענען געקומען פון איבער אייראפע, צווישן זיי געסט וואס האבן געוויילט אויף שב''ק אין שטאט אוהעל ביומדהל''ק.
אויך האט שלום גענימען הר''ר דניאל רוקח שליט"א מליזענסק ווי ער האט איינגעלאדענט רבינו שליט"א צו באזוכן דעם בנין הכנסת אורחים אין ליזענסק וועלכע שטייט בנשיאותו.

נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ומעמד בקשת רחמים, מען האט געזינגען ניגונים א לענגערע צייט מיט גרויס התעוררות וואו דער רבי האט מוריד דמעות געווען, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פארן גאנצן ציבור 'זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל', און עקסטער געוואונטשן פארן בר מצוה בחור.

נאכן לחיים ארום 12:30 איז רבינו שליט''א ארויף צום ציון הק' אינאיינעם מיט די פולע הונדערטער אנ''ש, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט מיט א נשמה לעכט און דערנאך זיך אנגעלאנט אויפן ציון הק' מיט בכיות נוראות בשעת דער ציבור זינגט אני מאמין בביאת המשיח.
נאך עטליכע מינוט האט דער רבי געזאגט בבכיות עצומות ביידע תפילת המיוחס פונעם ישמח משה 'שלום עליך' און די יהי''ר לפני אמירת תהילים וואס איז נתחבר געווארן דורכן בעל הילולא, און דערנאך פארגעזאגט די קאפיטלעך פון ספר רביעי פון צ' ביז ק"ז כנהוג, און נאכן יהי''ר בקול בכי האט דער רבי געזאגט דעם קדיש, דערנאך האט דער רבי געליינט קוויטלעך בשעת דער עולם זינגט ניגוני התעוררות, און זיך דערנאך משתטח געווען א לענגערע צייט מיט געוואלדיגע בכיות. מען האט געענדיגט ארום 1:40.

דערנאך איז דער רבי אהיים לבית האכסניא אויף פת שחרית.
בבית האכסניא זענען אריין די שומרים פון ביידע בתי חיים דקהלתינו הק' אין איהעל, און אויך פון שטאט קאלוב וועלכע זענען אונטער די עסקני קהלתינו הק' הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו און הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו, און בנש"ק הר"ר איתמר מייזליש שליט"א, הרה"ח ר' אברהם יושע הי"ו האט פארגעשטעלט די פילע פעולות וואס מען שטעלט צו לתועלת די אלפים ורבבות אידן וואס זענען פוקד די ציונים הקדושים במשך א גאנץ יאר און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

נאך א קורצע מנוחה ארום 4:10 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין צאנז, אויפן וועג האט דער רבי עוסק געווען בתורה און דערציילט שיינע זאכן פון צאנז.

אינטערוועגנס איז דער רבי איבערגעגאנגען דעם סדר היום לויטן זייגער און באשלאסן יא צו מאכן דעם טויש אז צומארגנס זאל מען אריבער פארן פארטאגס קיין ליזענסק. די עסקנים האבן תיכף אהנגעהויבן צו מאכן די אראנדזשירונגען אז ווער ס'וויל זאל קענען מיט קומען און מיטהאלטן די הייליגע תפילות במקום הקודש.
א פחד האט איבערגענומען די מקורבים ווען אנקומענדיג נאענט צו צאנז האט דער רבי באימה ופחד אנגעוויזן אויף יעדן דערפל און שטעטל מיט א רגש ווי נאנט מאיז שוין ממש נעבן צאנז.

ארום 7:10 איז מען אנגעקומען אין צאנז, דער רבי האט אויסגעדריקט רצון קדשו צו גיין נאכאמאל אין מקוה, דער רבי איז געגאנגען אין מקוה אינעם בנין פון בוני צאנז בנשיאות הגה''צ ר' יואל האלבערשטאם שליט''א רב דביהמ''ד בית שמואל אין קר''י, ביים ארויסקומען איז דער רבי שוין געווען מורא'דיג צוקאכט באש להבה.

נאכ'ן מקוה איז דער רבי ארויף אויבן אין בנין, דער רבי האט זיך באגריסט מיט הגה''צ ר' יואל האלבערשטאם שליט''א און גערעדט פון די עבודת הקודש פונעם צאנזער רב זיע''א ווי אויף דעם מקום פלעגט דער הייליגער קדושת יו''ט כסדר קומען צו פארן נאך פון טעטש.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מנחה מיט א שטארקע התעוררות ודביקות, און מאריך געווען ביי שמו''ע בבכיות נוראות. בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם משה לאנדא הי"ו (וומסב''ג).

תיכף נאך מנחה ארום 7:45 איז דער רבי אריבער צום בית החיים, אויפן וועג האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א איבער דעם קשר פון רבותינו הק' לבית סיגוט זיע''א צום הייליגן צאנזער רב זיע''א.
מיט א אימה ויראה און אויסטערלישע פחד איז דער רבי איז אריין אינעם אהל הק' כעבדא קמיה מרי' און צוגעטרעטן צום ציון קוה''ק און געצינדן 5 ליכט מיט א נשמה לעכט, און מען האט אנגעהויבן זינגען ניגוני התעוררות פאר א שטיק צייט בשעת דער רבי פארגיסט טייכן טרערן, דער רבי האט דאן געזאגט די תפילה פון שלום עליך און פארגעזאגט תהילים ספר רביעי פון צ' ביז ק"ז און געזאגט דעם יהי רצון בשעת דער רבי פארגיסט טרערן פון אנהייב ביז'ן סוף, דערנאך האט דער רבי געליינט קוויטלעך בשעת דער ציבור זינגט ניגוני התעוררות, און דער רבי האט זיך משתטח געווען אויפן ציון הק', מען האט געענדיגט ארום 9:00.

דערנאך איז דער רבי אריבער צום בנין הכנסת אורחים לינת הצדק בהנהלת הרה''צ רבי קלמן האלבערשטאם שליט"א רב דביהמ"ד צאנז קר"י, דער רבי האט באטראכט דעם בנין, קובע מזוזה געווען און געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הרה''צ רבי קלמן האלבערשטאם שליט"א ביומא דהילולא פון זקינו הגה"ק דער קרייזער רב זצ"ל,
נאך מעריב איז פארגעקומען א מסיבת לחיים און דער רבי האט דערציילט סיפורי קודש פון צאנז.

מען האט געענדיגט ארום 10:00 און דער רבי איז צוריק געגאנגן צום צענטראלן בנין הכנסת אורחים שע"י בוני צאנז, דער רבי האט זיך געוואשן צו א סעודת ר''ח פריוואט מיט געציילטע מקורבים.

דער עולם איז אריבער אינעם זאל פונעם בעסקיט האטעל ווי עס איז פארגעקומען א רייכע סעודת ר"ח.
סוף סעודה אום 11:00 איז דער רבי אריינגעקומען, מען האט געזינגען ניגוני קיבול תפילות, וימלא משאלותינו און אויסגעפועלט אלעס גוט'ס.
דער רבי האט געטרינקן לחיים מ'האט אויף געגעבן א מאכל לכבוד ר"ח און דער רבי האט דערציילט עטליכע סיפורי קודש פון הגה''ק הדברי חיים זיע''א, און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור מען זאל האבן אויסגעפויעלט אלעס גוטס און מען זאל אהיים פארן מיט ישועות ורפואות מען האט געענדיגט ארום 11:15.
אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי אויסגעדריקט מיט התפעלות איבער די דערהויבנקייט און ווארעמקייט פונעם ציבור און דער רבי איז צוגעפארן צו די אכסניא.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️