בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגט"ו תמוז תשפ"ד7/21/2024

באריכט
זונטאג פרשת פנחס 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יחיאל יאיר ניימאן הי"ו.
ב"ר חיים צבי ב"ר אהרן יוסף ווייס הי"ו.
ב"ר יושע גאנז הי"ו.
ב"ר מנחם מענדל סאמעט הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר שמואל זאנוויל פאלאטשעק הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק א', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד לרגל די הילולא קדישא פונעם אור החיים הקדוש זיע''א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען סיפורי קודש א לענגערע צייט.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז פארגעקומען א לענגערע אסיפה בביתו נאוה קודש מיט'ן וועד וואס דער רבי האט ממנה געווען צו טרעפן לעזונגען פאר די טייערע דירות פראבלעמען אין קר"י, די אסיפה איז פארגעקומען נאך העפטיגע באראטונגען און אסיפות ווי די געטרייע חברי הוועד האבן מטכס עצה געוועהן איבער פילצאליגע אפציעס אויפצוקומען מיט פארשידענע מהלכים צו אראפצוברענגן די פרייזן פון דירות אין קרית יואל, ווי עס איז זענען אנוועזנד געווען די חברי הוועד ה"ה הרה"ח ר' יואל בערנאטה הי"ו, הרה"ח ר' ישעי' ווערצבערגער הי"ו, הרה"ח ר' חיים שלמה קרויס הי"ו.
אזוי אויך איז אנוועזנד געווען דער ווילידזש אדמיניסטראטער הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו, און העסקן הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו.
דער רבי האט אויסגעשמועסט מיט די עסקנים א לענגערע צייט אלע פראבלעמען אין וואס זיי שטויסן זיך אהן אין זייער מיסיע, און דערביי האבן זיי פארגעלייגט אלע אפציעס און לעזונגען מיט פאקטישע פארשריט אין די נושא פון פארהאנדלן מיט די דיוועלאפערס צו האלט די פרייזן סטאביל, דער רבי האט זיי ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו.

אינמיטן די אסיפה האט מען מפסיק געווען אויף א באשטימטן זייגער, און רבינו שליט"א האט משמיע געווען דורך א הוק-אפ פאר תלמידי ישיבתינו הק' אין בני ברק, א דבר שמעתתא אין די סוגיא פון 'אין שליח לדבר עבירה' וואס זיי לערנען יעצט, און מסיים געווען מיט קורצע דברי הדרכה און ברכת קדשו.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"א קויפמאן הי"ו - הרה"ח ר' אברהם שמואל בראך הי"ו, באולם כינור דוד.

ארום 7:30 איז דער רבי אנגעקומען צו די מעמד קביעות מזוזה וחנוכת הבית פונעם 27'טען ביהמ''ד דק''ק קרית יואל יצ''ו ביהמ"ד החדש 'אמרי נועם' אויף די דזשיקוב גאס בשכונת דברי יואל, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה, און דערנאך אריין און זיך אומגעקוקט אויפן גאנצן ביהמ"ד, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א פאר הרה"ג ר' ישראל בער שטיין שליט"א דומ"ץ הביהמ"ד, פאר הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו וועלכע האט אסאך ארויסגעהאלפן פארן ביהמ"ד, און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך משמיע געווען דב"ק איבער די חשיבות פון געבן די נעמען פון די גאסן נאך שטעט פון די אלטע היים וואס איז מעורר די זכות פון די צדיקים וואס האבן געוואוינט דארט, סיי די נאמען 'דזשיקוב' און סיי די נאמען פונעם ביהמ"ד 'אמרי נועם' וואס איז מעורר די גרויסע צדיקים לבית דזשיקוב, און אזוי אויך די נאמען פון די שכונה 'דברי יואל' לשמו ולזכרו פון רביה"ק זיע''א, וואס וועט אוודאי מעורר זיין אז די מתפללי הביהמ"ד און די תושבי השכונה זאלן זיך פירן ווי עס פאסט בתורה עבודה וגמילות חסדים, און ארומגערעדט בשבח פונעם חשוב'ן דומ"ץ הביהמ"ד וואס מען האט אויפגענומען הרה"ג ר' ישראל בער שטיין שליט"א וואס שמו הולך לפניו בהוראה וכו' און געוואונטשן הצלחה בכל ענינים ושלא יצא שום מכשול מתחת ידיו, און מסיים געווען בברכת קדשו.

עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די אנוועזנדע רבנים שליט"א און דער רבי האט ממשיך געווען מיט סיפורי קודש פון הרה''ק האמרי נועם מדזיקוב זיע''א. מען האט געענדיגט ארום 8:00.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:05 ביז 12:50 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 9:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' יעקב יחזקי' מארקאוויטש הי"ו - הרה"ג ר' חיים משה לעוו שליט"א (ב"פ).
הרה"ח ר' יוסף יואל לעווי הי"ו - הרה"ח ר' יעקב ברי"מ פריעדמאן הי"ו.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א זיך געזעגענען לקראת דער רבי'נס אפרייזן לעיר הנופש אין ניו העמפשיר, און דערביי האט דער דיין שליט"א געגעבן א קוויטל און זיך מזכיר געווען, און געבעטן דער רבי זאל אים אינזין האבן ביים נסיעה לעיר האבות סיגוט אין ביים ציון פונן הגה''ק הישמח משה זיע''א ביומא דהילולא קדישא.

אזוי אויך זענען מערערע נכבדים מראשי הקהלה אריין בקו"פ, איבערגעבן א קוויטל וואס דער רבי זאל מיטנעמען על ציון קדשם פון רבותינו הק' בעיר סיגוט איהעל צאנז, להפקד בדבר ישועה ורחמים.

אויך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בקו''פ לרגל די שמחת החתונה פון הכלה בת הרה"צ ר' ישראל שמעון מאיר לייפער שליט"א מטעמעשוואר קר"י עב"ג החתן בן הרה"צ ר' יצחק דוד טווערסקי שליט"א אדמו"ר מטריסק טאלנע בן האדמו"ר מטריסק לאנדאן שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער סיפורים פון די צדיקים לבית טריסק, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פאר די מחותנים און זיידעס שליט''א.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️