בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Sunday8 Tammuz 57847/14/2024

Report
זונטאג פרשת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר אהרן פרידריך הי"ו.
ב"ר חיים אלעזר העללער הי"ו.
ב"ר יואל ברא"י רובינשטיין הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז געווען אויף א באזוך בקו''פ בביתו נאוה קודש כ"ק הגה"צ גאב"ד טענקא שליט"א לרגל די שמחת הבר מצוה פון נכדו למז"ט הב' בן בנו הרה"ג ר' מרדכי פריעדמאן שליט"א רב דביהמ"ד יראי השם אין שכונת ברוך טעם, וואס איז פארגעקומען אין קר"י, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגים פון מצות תפילין, איטר יד וכו', דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו און פאר בנו הרה"ג רב דביהמ"ד יראי השם שליט"א, און פארן בר מצוה בחור ני"ו.

ארום 1:20 איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס צו די חומש סעודה מיט די אריבער פינף הונדערט תלמידים בליעה''ר, אין די 21 כיתות פון כתה א' כ"י, פון אלע סניפי מוסדות קרית יואל יצ"ו.
די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המעמד, און געזאגט די פסוקי חומש ויקרא אנגעפירט דורך די מנהלים הר"ר יואל אקער שליט"א, הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א, און הר"ר דוד פאלקאוויטש שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים, און משמיע געווען קורצע דב"ק וברכה, און פארטיילט א מתנה פאר אלע קינדער א קרי"ש שעל המטה זאגער'ל, ווי אויך האט דער רבי איבערגעגעבן א מתנה פאר הרבני הנכבד ר' משה גאלדשטיין הי"ו וועלכע האט אפגעקויפט דעם זכות המעמד, און פארטיילט שיריים פאר די אייניקלעך, דערנאך האבן זיך די קינדער אויפגעשטעלט טאנצן בעת דער רבי האט זיך צוגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח א לענגערע צייט, מען האט געענדיגט ארום 2:40.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

שפעט נאכמיטאג איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש אן אסיפה מיט הנהלת קהלתינו הק' פון מאנטרעאל אינאיינעם מיט הרב הגאון ר' מענדל ווערצבערגער שליט''א דומ''ץ דקהלתינו מאנטרעאל, איבער די ענדגילטיגע פלענער פון התחדשות המוסדות אין מאנטרעאל וואס וועט געעפענט ווערן אויפן קומענדיגן שנת הלימודים הבעל''ט, דער רבי איז איבערגעגאנגען אלע פרטים און געגעבן הדרכות פאר די הנהלה און מאציל געווען מברכות קדשו.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו - הרה"ח ר' יעקב יודא גפן הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:50 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה האבן זיך געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט"א א קבוצה בחורים תלמידי המתיבתא סניף דברי יואל אויף גאנץ הלכות שבת. ה"ה.
הבה"ח ליפא בן הרה"ג ר' מאיר וויינבערגער שליט"א.
הבה"ח אלימלך בן הר"ר חיים ארי' כהנא שליט"א.
הבה"ח יעקב קאפל יוסף ב"ר יואל פריעדריך הי"ו.
הבה"ח שמעון ישראל ב"ר נחמי' ווערצבערגער הי"ו.
הבה"ח געציל ב"ר יואל רובינשטיין הי"ו.
הבה"ח נחמי' צבי ב"ר חיים אברהם ראזענפעלד הי"ו.
הב' מאיר ב"ר אברהם לייב קליין הי"ו.

ארום 8:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם משה לאנדא הי"ו - הרה"ח ר' יואל ברא"י ווייס הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️