בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגב' תמוז תשפ"ד7/8/2024

באריכט
מאנטאג פרשת חקת 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר מרדכי סטרולאוויטש הי"ו.
ב"ר משה נתן גרינפעלד הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"א פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש תלמידי ת"ת שאגת אריה פון לעיקוואד בהנהלת הר"ר בנימין באש שליט"א, דער רבי האט פארהערט די לימודים און מאציל געווען מברכת קדשו.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' שמואל אהרן זינגער הי"ו - הרה"ח ר' יצחק אייזיק קרויס הי"ו, באולם כינור דוד.
הרה"ח ר' זלמן לייב שטערן הי"ו - הרה"ח ר' הערש אלימלך ברא"י ווערצבערגער הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
הרה"ח ר' דוד יואל הערשקאוויטש הי"ו - הרה"ח ר' חיים נחום לעבאוויטש הי"ו, באולם קרן ויואל משה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:10 ביז 12:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 9:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרה"ח ר' איתמר טובי' בר"ש ווידער הי"ו - הרה"ח ר' יואל בר"מ ווערטהיימער הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️