בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגב' תמוז תשפ"ד7/8/2024

באריכט
זונטאג חקת ב' דר"ח תמוז 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' שלמה מנשה בר"י פאלקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' חיים ברי"מ פריעדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר משה יחיאל יודא מענדלאוויטש הי"ו.
ב"ר יצחק משה ווייס הי"ו.
ב"ר יואל שאלאמאן הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי. און ארום 5:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

ארום 6:15 איז דער רבי אריבער צו די מסע הלויה פון הגה"צ חו"פ ר' שמעי' גרינבוים זצ"ל בעל מחבר ספרי סייעתא דשמיא, וואס איז פארגעקומען פארנט פון ביהמ"ד הגדול במעמד אלפי אנ''ש, ובפקודת הקודש פון רבינו שליט"א האבן זיך אויך משתתף געווען ביים לויה די תלמידי הישיבה.
עס האבן מספיד געווען דורך א הוקאפ הגאון האדיר רבי אליקים שלעזינגער שליט"א ראש ישיבת הרמה לאנדאן, הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א, תלמידו הר"ר יצחק אליעזר וואלדמאן שליט"א, חתנו הרה"ג ר' אהרן יוסף ראזענבוים שליט"א.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברי הספד בקול בכי און באוויינט די אבידה שאין לה תמורה, און ארויסגעברענגט זיין דביקות אין רבותינו הק' בעל דברי יואל ובעל ברך משה זיע''א זייענדיג דער שליח נאמן צו משמיע זיין משנתו הטהורה פון רביה"ק זיע''א איבער דעם חומר הענין פון די בחירות הטמאות פאר די אידן אין ארה"ק, און איבער זיין געוואלדיגע פירוש אויף משניות צו ברענגן די משניות לידי הבנה פאר יעדן איד. דער רבי האט געזאגט אז רבינו הקדוש מסדר המשניות איז אים זיכער מחזיק טובה, און געבעטן פונעם חשוב'ן נפטר צו זיין א מליץ יושר פאר זיין גאנצע משפחה און פאר גאנץ כלל ישראל.
דערנאך האט מספיד געווען דורך א הוקאפ פון ארה"ק כ"ק פוסק הדור ומרא דארעא קדישא שליט"א, און דערנאך האט דער רבי מלוה געווען די מטה אינאיינעם מיטן גאנצן ציבור פאר א שטיק צייט און דערנאך אהיים געגאנגן לביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ, - הרה"ח ר' שלמה זלמן ווייס הי"ו, באולם כינור דוד.
הרה"ח ר' שמואל לייב פריעד הי"ו - הר''ר דוד ליכטענשטיין שליט"א, באולם בית רחל פאראדייס.

נאך די חופות האט דער רבי מנחם אבל געווען ר' יואל ברי"פ ווייס הי"ו - וומ"ס, ע"פ בנו ע"ה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הר"ר זלמן לייב ברח"ב פילאפף שליט"א - הרה"ח ר' וואלף ליכטענשטיין הי"ו.

נאך די תנאים האט דער רבי געדאווענט מעריב און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫