בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Tuesday26 Sivan 57847/2/2024

Report
דינסטאג פרשת קרח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' נפתלי קאהן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' שמעון נפתלי רובינפעלד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' אפרים פרידריך הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר אברהם יושע גפן הי"ו.
ב"ר נפתלי זאב כ"ץ הי"ו.
ב"ר דוד ווייס הי"ו.
ב"ר יצחק יואל גאלדבערגער הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק א', און ארום גערעדט בדאבון לב איבער די ביטערע גזירת גיוס בני ישיבות בארה"ק, דערביי האט דער רבי פארופן קומענדיגען ערב ר''ח אלול הבעל''ט פאר א אלטוועלטליכע יום תפילה פארן גאנצן יהדות החרדית, אנשים נשים וטף, פון אלע מדינות, ביום אחד ובשעה אחת.

דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען ר' חיים אפרים בן הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א ע"פ בתו ע"ה.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי. און ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:50 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגה''צ ר' אברהם יהושע העשיל שליט"א מקאפיטשניץ ב"פ מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נישואי בנו למז"ט, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:15 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה איז דער רבי געפארן קיין ב"פ אין ביהמ''ד קאסוב ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען האדמו''ר מקאסוב זאליטשיק שליט"א און די גאנצע משפחה לבית קאסוב היושבים ע"פ אחיו/ אביהם כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס פון זכרונות פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א און סיפורים פון הרה"ק בעל עצי חיים זיע''א און דער רבי האט געוואונטשן ברכת תנחומין.

פון דארט איז דער רבי אריבער אין שטוב פון נכדו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה און געטרינקן לחיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט מאציל געווען מברכות לרוב. און ארום 12:45 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️