מיטוואך פרשת קרח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יצחק חיים שאלילאף הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 12:50 אויפדערנאכט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' אברהם יושע גפן הי"ו - הרה"ח ר' שמואל שמעון בערקאוויטש הי"ו.
הרה"ח ר' יחזקאל פרענקל הי"ו - הרה"ח ר' שלמה משה וויינבערגער הי"ו.
עס זענען אריין בקו''פ די עסקנים פון די 'אנ"ש וואל קאמיטע' און האבן איבערגעגעבן א באריכט פון די פארגאנגענע פריימערי וואלן און די ענדגילטיגע רעזולטאטן ווי די אנ"ש אינדארסירטע קאנדידאט האט געווינען די ספעציעלע קאנסערוואטיווע פריימערי מיט בלויז 37 שטימען בס''ד, דער רבי האט אנגעוויזן און אויסגעשמועסט איבער גאר וויכטיגע זאכן לטובת הכלל וואס מען האפט בעז"ה צו קענען אויפטון אלעס אדאנק די געטריישאפט פון די עטליכע הונדערט תושבי קרית יואל וואס האבן זיך אנגעשטרענגט ארויסצוקומען שטימען, און מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️