בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגי"ט סיון תשפ"ד6/25/2024

באריכט
זונטאג פרשת שלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה יודא ברש"ז ווייס הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר ישכר דוב היימאן הי"ו.
ב"ר אהרן קראוס הי"ו.
ב"ר יצחק שפיטצער הי"ו.
ב"ר יקותיאל אלי' אייגנער הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 12:45 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט קיין בארא פארק באשיינען די חומש סעודה פון די תלמידי מוסדותינו הק' אין ב"פ, ארום 2:30 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול, ביים אנקומען אין ביהמ"ד האט זיך דער רבי באגריסט מיט גיסו הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א און ווארעם אנגעוואונטשן לרגל שמחת נשואי נכדתו למז"ט וואס איז פארגעקומען אויפדערנאכט אין ב"פ.
דער רבי איז אריין אין היכל הביהמ"ד ווי עס זענען אנוועזנד געווען די הונדערטער עלטערן און זיידעס פון די קינדער צווישן זיי פילע אדמורי"ם ורבנים צווישן זיי הגה''צ אבד''ק ב''פ שליט"א, הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א, האדמו"ר מבורשטין שליט"א, האדמו"ר מאלכסנדר שליט"א, און נאך פילע רבני העיר, די קינדער האבן געזינגען חרוזים לכבוד המאורע און עס האט אויפגעטרעטן הר"ר יוסף בנימין שטערן שליט"א מנה"ר, דערנאך האבן די קינדער פארגעזאגט די פסוקי חומש פון פרשת ויקרא, אנגעפירט דורכן מלמד מומחה הר"ר יודל ווערצבערגער שליט"א, דערנאך האט דער רבי פארטיילט א סידור פאר אלע קינדער.
דער רבי האט משמיע געווען קורצע דברי ברכה, געטרינקן לחיים, און אנגעוואונטשן פאר די קינדער און זייערע עלטערן. מען האט געענדיגט ארום 3:10.

פון דארט איז דער רבי צוגעפארן צום נייעם גיגאנטישער שטח אויף 18 און 53 וואס איז נארוואס אפגעקויפט געווארן דורך הנהלת מוסדותינו הק' צו בויען א נייעם מאיעסטעטישן בנין פאר די בית רחל הויך שולע, און דערביי געהערט א באריכט פונעם מנהל המוסדות הרה"ח ר' אהרן וועלץ הי"ו און און הרה"ח ר' יעקב לאנדא הי"ו אדמיניסטראטאר, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

פון דארט ארום 3:40 איז דער רבי אריבער אויף א באזוך אין שטוב פון הגה"צ רבי משה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ דקהלתינו ב"פ לרגל שמחת נשואי בתו הצעירה למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א הערליכע שמועס איבער פארשידענע מנהגים ביי ברית'ן און נאך פילע שאלות בהלכה בהלכות מעקה ובהלכות מקוה, דער רבי האט געטרונקען לחיים און ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 4:40 איז דער רבי אנגעקומען אין וומסב''ג צו די מעמד יציקת הבורות אין ביהמ"ד החדש 'לב אהרן', צום ערשט אריין אינעם אלטן ביהמ"ד אויף סאוט 8 ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים וחתימת שטרות מיט די נדבנים פונעם ביהמ''ד החדש, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א דומ"ץ הביהמ"ד און דערמאנט לשבח די מתפללי הביהמ''ד וואס האבן אין די לעצטע שטיק צייט אויפגעטריבן דעם אסטראנאמישע סכום פון אריבער זעקס מיליאן דאלער צו קענען ענדיגען דעם ביהמ"ד, דערנאך זענען די נדבנים ארויף אויפן אויבנאן און אונטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט רבינו שליט"א און דער רבי האט יעדעם עקסטער מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק אז ווען מען באנייט א ביהמ"ד פאר תורה און תפילה איז א שמחה פאר יעדעם איינעם, און געזאגט הדרכה ווען מען איז מחנך א ביהמ''ד עס זאל זיין מיוסד אויף די סאטמאר'ע יסודות אז די ביהמ"ד זאל באלאנגען פאר די מחנה אלקים און נישט ווערן נאכגעשלעפט פון די מחנה מגושמים, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די חשוב'ע נדבנים, פארן חשובן דיין שליט"א וועלכע איז עוסק בדבר ה' זו הלכה א גאנצן טאג, און צוגעענדיגט מיט ברכות קדשו פאר די עסקני הביהמ"ד. מען האט געענדיגט ארום 5:20.
פון דארט איז דער רבי אריבער צום ביהמ"ד החדש ווי דער רבי האט באטראכט דעם שיינעם היכל, מיט די חלקים וואס וועלן גענוצט ווערן פאר די חדרי התפילה, וואס בשבתות וימים טובים וועט דאס געעפענט ווערן צו א פראכטפולער היכל פון קרוב צו 5 טויזענט ס.פ מיט הונדערטער זיצן בליעה"ר.
דערנאך איז דער רבי אראפ צו די מקוה ווי דער רבי האט געגאסן די בורות און דערנאך מכבד געווען צו גיסן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, הרה"ג דומ"ץ הביהמ"ד שליט"א, און די נדבני הביהמ"ד, דערנאך איז דער רבי צוריק ארויף צום היכל הביהמ"ד ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לכבוד המאורע, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור און משמיע געווען ביי די דב"ק די חשיבות ביים רבוש"ע ווען א איד וואס איז עוסק על המחיה ועל הכלכלה רייסט זיך אוועק אין ביהמ"ד צו דאווענען און לערנען, און אנגעוואונטשן אז מען באנייט א סאטמארע ביהמ"ד זאל זיין דא תורה עבודה וגמ''ח, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע מתפללי הביהמ"ד. מען האט געענדיגט ארום 5:50.

פון דארט איז דער רבי צוגעפארן צום שטח הבני' פונעם בנין החדש והמפואר פון די ישיבה לצעירים שע''י מוסדותינו הק', דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט און דערביי געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו יו"ר הנהלת הישיבה, דערנאך האט דער רבי געגאסן די אבן הפינה און מכבד געווען צו גיסן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א און הרה"ג ר' הערשל הורוויץ שליט"א מנהל הישיבה, און די חברי הנהלה, און דערביי געוואונטשן ברכות לרוב פאר די חברי הנהלה ועוסקים במלאכת הקודש צו בויען דעם שיינעם בנין. ארום 6:10 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י.

נאכמיטאג ארום 7:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

ארום 9:10 איז דער רבי אריבער צו ביהמ"ד אהל פיגא צו די צענטראלע שבע ברכות צוגעשטעלט דורך די מתפללי הביהמ"ד לכבודו פון רבינו שליט"א און חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק בדברי תורה בענין שמחת חתן וכלה, און ארומגערעדט בשבח פונעם חתן און פון הגה"צ רב דביהמ"ד שליט"א, און מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיטן חתן און די גאנצע אויבנאן פאר א לענגערע צייט, פארן זמן ר"ת האט מען געבענטשט, מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א און דער רבי האט געזאגט די שבע ברכות.
נאכן בענטשן האט אויפגעטרעטן הר"ר ישראל מאיר פריעדמאן שליט"א בשם די מתפלל הביהמ"ד, און דערנאך הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א, דערנאך האט אויפגעטרעטן בדברי בדחנות הרה"ח ר' אלי' שווייצער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 10:25.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
הר"ר אברהם יואל גראסבערג שליט"א (מאנסי) - הר"ר מנחם זאב זילבערשטיין שליט"א.
הרה"ח ר' יואל קרויס הי"ו - הרה"ח ר' אלי' שטיינמעטץ הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב בביהמ"ד בביתו נאוה קודש.

נאך מעריב איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז ארום 11:45.

נאך די זמני כניסה האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' אברהם יוסף פריעד ע"ה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️