בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Thursday29 Iyar 57846/6/2024

Report
דאנערשטאג פרשת במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב דוב קויפמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יואל אבערלענדער הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 7:00 זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש א קבוצה תלמידי ישיבה קטנה סניף חכמת התורה שע"י מוסדותינו הק' אין וומסב''ג בהנהלת הרה''ג ר' אלעזר פאנעט שליט"א וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים פאר די ישיבה פארגאנגענעם פורים העעל"ט, דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די לימודים און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

ארום 8:10 איז דער רבי אריבער אין בנין הת"ת 'בנין קליין' ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים במסגרת 'מתמידים' דורך די תלמידי כתה ח' פון פון אלע סניפים, דער רבי האט זיך ארומגעדרייט צווישן די קינדער און זיך אומגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח, און משמיע געווען קורצע דברי ברכה.

ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 12:30 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים:
הרה"ח ר' יואל בר"ש לעווי הי"ו - הרה"ח ר' אברהם עמרם מארקאוויטש הי"ו.
הרה"ח ר' יואל בר"ש ראזענבערג הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ח ר' אלישע יואל ראזענפעלד הי"ו.

נאכ'ן תנאים האט דער רבי האט געדאווענט מעריב און געציילט ספירה פארן עמוד, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער מנהגי וויזניץ און איבער הרה"ק האהבת ישראל מוויזניץ זצ"ל וואס די יארצייט געפאלט דעם שב"ק ב' סיון, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין בקודש פנימה הגאון ר' שלום קעלמר שליט"א מראשי ישיבת פילידעלפיע חתן הגאון רבי שמואל קאמינעצקי שליט"א ראש ישיבת פילידעלפיע, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די ישיבה און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️