בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגי"ט אייר תשפ"ד5/27/2024

באריכט
מאנטאג פרשת בחוקתי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' שלמה יעקב ברד"מ ניישטאדט הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
לבן הנולד אצל ר' בנימין ראבינאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יואל בר"י שטיין הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדה"ק פון הרה"ק רבי מענדעל'ע מרימנוב זיע''א.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"א פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 12:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ די ראשי העסקנים וועלכע האבן אנגעפירט מיטן מעמד הדלקה רבתי לכבוד התנא האלקי בעת נעילת חג ההילולא במקהלות רבוא רבבות מישראל, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק, וועלכע האט אויסגעשמועסט די פילע פרטים און דעטאלען וואס מ'האט אלס צוגעשטעלט און מסדר געווען לכבוד דעם מעמד און ארויסגעברענגט לשבח די עסקנים וואס האבן צוגעשטעלט די ריזיגע קוואנטום מאכלים און משקאות וואס זענען פארטיילט געווארן פאר די צענדליגע טויזענטער אידן וואס זענען געקומען זיך משמח זיין בשמחת התנא האלוקי. דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן בזכותו פוןנעם הייליגן תנא, און זיך באדאנקט פאר אלע עסקנים.

ארום 8:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, און פארן דאווענען געצינדן 5 ליכט לרגל די הילולא קדישא פון הרה"ק רבי מענדעל'ע מרימנוב זיע''א.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00, און געציילט ספירה פארן עמוד.
דערנאך האט דער רבי געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה''ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ וומסב''ג - הרה"ח ר' חיים אלי' צוויבל הי"ו.
הרה"ח ר' יואל ברד"ש גאלדבערגער הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ח ר' יושע הערש פריעדמאן הי"ו.

דערנאך האט דער רבי ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️