בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגט"ז אייר תשפ"ד5/24/2024

באריכט
פרייטאג ערש''ק בהר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר שלמה נח היילברוין שליט"א בבנין הת"ת 'בנין קליין'.
ביים אנקומען איז דער רבי תיכף אריין בהיכל הביהמ"ד זיך אומקוקן אויף די לימודים.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
בן הרה"ג ר' מאיר האלבערשטאם שליט"א רב דביהמ"ד קשאנוב ומו"ץ דקהלתינו הק' וומסב''ג.
ב"ר חנוך דוב הורוויץ הי"ו.
ב"ר יושע דוב שווארטץ הי"ו.
ב"ר בנימין בלעקמאן הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע קינדער, און משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז ביי ספירת העומר זעט מען אז מען ציילט יעדן טאג מער ווי די פריערדיגע טאג, דאס קומט אונז זאגן אז מען דארף זיין מוסיף והולך און שטייגן יעדן טאג מער און מער, און מסיים געווען בברכת קדשו.

דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מלמדים צו פארטיילן פאר די קינדער.

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
👁 743