בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגט"ו אייר תשפ"ד5/23/2024

באריכט
מיטוואך פרשת בהר פסח שני 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל בר"מ עקשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר מנחם מאיר האפפער הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"א פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

ארום 5:25 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין די זאלן פון כינור דוד ווי דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לרגל פסח שני אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה סניף היכל התורה וומסב''ג בהנהלת הרה''ג ר' יודא שטאלצבערג שליט"א.
דער רבי האט זיך געוואשן און געגעסן חלה און דערנאך געגעסן א שטיקל מצה, און מען האט אויפגעבן די מאכלים אזוי ווי יו"ט, במשך דעם טיש האט מען געזונגען ניגוני פסח און ניגוני יו"ט, מען האט אויפגעגעבן מצה כרעמזלעך און דער גאנצער ציבור איז אריבער נעמען שיריים.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש א לענגערע דרוש ופלפול לכבוד היום, און דערנאך ארומגערעדט הדרכה פאר די בחורים צו זיצן און הארעווען אין די תורה הקדושה, און מסיים געווען בברכת קדשו.
מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען דעם מנהל הרה''ג ר' יודא שטאלצבערג שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 7:00.

ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 12:00 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' יואל ברא"ש כ"ץ הי"ו (מאנטרעאל) - הרה"ח ר' יואל בר"ה מיטטעלמאן הי"ו.
הרה''ח ר' מיכל וויינגארטן הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ח ר' ישראל יעקב בראך הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00, און געציילט ספירה פארן עמוד.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️