בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךז' אייר תשפ"ד5/15/2024

באריכט
דינסטאג פרשת אמור 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר עזריאל יאקאבאוויטש הי"ו.
ב"ר יואל שווארטץ הי"ו.
ב"ר פנחס שלמה פערלמוטער הי"ו.
ב"ר יואל ווייזער הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ' פסוק ב', דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א לקראת זמן החדש, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

נאכמיטאג ארום 5:10 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף 'ויואל משה' צום דרשת פתיחת הזמן פאר די אריבער 1,200 תלמידי הישיבה, דער רבי האט צום ערשט געדאווענט מנחה בהיכל הביהמ"ד, און ארום 5:30 אנגעהויבן די דרשת פתיחת הזמן בדברי דרוש ואגדה אויף די וואכעדיגע סדרה, און ארומגערעדט אז מען לערנט יעצט אין ישיבה פרק המפקיד די הלכות פון שומר חינם און שומר שכיר, און שטארק מעורר געווען אויסצוניצן די בחור'ישע יארן בתורה ויראת שמים און זיין א שומר אויף די נשמה און בויען א פעסטע יסוד פאר די גאנצע לעבן, און דערנאך ממשיך געווען מיט הדרכה ומוסר, זיך צושטעלן צו די סדרי הישיבה, גיין אין מקוה יעדן טאג, לערנען ספרי מוסר וחסידות בקביעות, די שיינקייט פון די שבתים אין ישיבה, און איבער די דערהויבענקייט פון סעודת רעוא דרעוין, טוהן חסד איינער מיטן צווייטן, און איבערגע'חזר'ט די תקנה פון רביה"ק מייסד הישיבה זיע''א נישט צו גיין צו חתונות, און שטארק מעורר געווען איבער די תקנה נישט צו דרייוון, און נאכגעזאגט לשונו הק' פון רביה"ק זיע''א וועלכע האט זיך אויסגעדרוקט זייער שארף איבער דעם ענין אז בחורים זאלן נישט דרייוון, און מסיים געווען בדברי חיזוק פאר די בחורים בעניני השקפה וציונות, און די זכי' וואס די בחורים האבן צו לערנען אין די ישיבה פון רביה"ק זיע''א, און דערנאך צוגעענדיגט מיט דברי ברכה. מען האט געענדיגט ארום 6:20.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען קיין וומסב''ג האט דער רבי צום ערשט מנחם אבל געווען משפחת כהנא היושבים ע"פ אמם הישישה ע"ה אלמנת הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא ע"ה.
דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת פעקעטע היושבים ע"פ אביהם הרה"ח הישיש ר' יעקב פעקעטע ע"ה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:45 ביז 12:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה הנהלת כולל שומרי החומות אפנעמען ברכת הקודש לרגל די בעפארשטייענדע דינער השנתי קומענדיגן דינסטאג בהר פסח שני, דער רבי האט געהערט א באריכט איבער די לעצטערע פעולות און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און געציילט ספירה פארן עמוד, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' יעקב גליק הי"ו ע"פ אחיו הרה"ח הישיש ר' משה גליק ע"ה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️