בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךג' מרחשון תשפ"א10/21/2020

באריכט
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א און בנו בכורו מורינו הגה"צ אבד"ק ור"מ וומ"ס שליט"א ביי די לויה פונעם חשובען אימפארגעסליכע ראה"ק הרה"ח ר' מאיר זעליג ריספלער ז"ל ביידע מיט די זעלבע בקשה פון ר' מאיר זעליג ז"ל רייס איין רחמי שמים מען זאל נישט פארשפארן די בתי חינוך !!!

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים מסע הלוי אין ק"י:
"..שטיי מיר יעצט און א שווערע זמן א זמן וואס די רעגורינג האט זיך פארלייגט אויף חינוך הבנים והבנות "בעטן מיר דעם חשובע נפטר גייסט ארויף אויפן עולם האמת טראגסט מיט זיך מיט אזויפיל שעות פון תורה עבודה גמ"ח זאלסט מעורר רחמי שמים זיין" אז מען זאל נישט צושטערן די חינוך הבנים והבנות ..זאלסט זיין א מליץ יושר פאר דיין אלמנה פאר דיין זיהן פאר דיין אייניקליך און פאר די גאנצע קהלה.."

מורינו הגה"צ אבד"ק שליט"א ביים מסע הלוי אין וומ"ס:
"..אבער בעיקר ווילן מיר בעטן, אונזער חשובע ראה"ק האט אסאך זכותים די טויערן פון הימל וועט זיך עפענען "ער וועט זעכער האבן א גרויסן כח צוצוגיין צום כסא הכבוד" און פאר די אלע צדיקים וואס ער האט געטיען לכבודם ולזכותם "זאל ער איינרייסן אז עס זאל שוין זיין השלם כל הקרבנות כולם מען האט שוין אזויפיל קרבנות געברענגט די לעצטע צייטן ..ר' מאיר זעליג האסט געבויעט בתי מדרשיות זעה אז סזאל זיין אפען זעה אז מזאל עס נישט פארשפארן האסט געבויט א בית רחל זעה אז די בית רחל זאל זיין אפען מזאל קענען קומען לערנען געהעריג ער האט געגעבן געלט פאר די ת"ת, מקואות זעה מען זאל עס קענען ניצן געהעריג.."