מוצש''ק ארום 12:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום שלחן הטהור וסעודת הילולא לרגל די הילולא קדישא פון רביה''ק בעל ברך משה זיע''א.
דער רבי האט זיך געוואשען צום סעודה, פאר די פיש האט מען געזינגען זמירות למלוה מלכה, נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור 'זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל', און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני דביקות וגעגועין וואס מען פלעגט זינגען בבית מדרשו של רבי הבעל ההילולא זיע''א.
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' ברוך ווייס שליט"א רב דביהמ"ד קעניזשא מתלמידי בעל הילולא
ארום 1:20 האט רבינו שליט"א אנגעהויבן די צענטראלע דברות קודש, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'בזאת יבא אהרן אל הקודש' און געטייטשט במשנתו של בעל הילולא, און ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון רביה"ק בעל הילולא זיע''א בג' עמודי עולם, זיין גרויסקייט אין תורה, זיינע הייסע תפילות, און איז געווען א אב הרחמן ללבות נשברות, די ווארימע דרשות, די זיסע תורות, און די עבודת הקודש לחזק ולרומם קהלתינו ומוסדותינו הק' איבער די גארער וועלט, 'והיה כאשר ירים משה וגבר ישראל' דער רבי האט דערמאנט די פילע פעולות פון רביה''ק זיע''א אין מלחמת הציונות, און ארויסגעברענגט דעם שווערן מצב בארה"ק מיט די גזירות הגיוס וואס מען דארף אסאך רחמי שמים, און דער מצב המלחמה בארה"ק וואס האט פארשפרייט אסאך שנאת ישראל איבער די גאנצע וועלט און מען דארף אויך רחמי שמים אז עס זאל חלילה גארנישט קאסטן פאר כלל ישראל, און דערנאך ארומגערעדט איבערן גזירת החינוך אין ניו יארק מען דארף רחמי שמים ניצל צו ווערן פון די גזירה, מען איז מתפלל די ערליכע עסקנים זאלן קענען אויפטוהן און מבטל זיין די גזירה, און בפרט אז עס זענען דא אנדערע עסקנים וואס זענען חלילה גרייט צו מאכן פשרות אינעם חינוך רח"ל.
דער רבי האט דערמאנט די פולע פעולות בעניני צניעות, און אויפגעפאדערט אלע אנ''ש די בכל אתר ואתר נזהר צו זיין אין דעם, און מחזק געווען די תקנת המוסדות נישט אנצונעמען קיין תלמידים פון אזעלכע שטובער ווי מען גייט מיט לאנגע צולאזטע שייטלען, און די זעלבע מיט די יצר הרע פון די טמא'נע כלים.
די פעולות פון רביה"ק זיע''א מרחיב זיין די גבולי הקדושה איבער די גאנצע וועלט, און דער רבי האט מעורר געווען אנשי שלומינו צו דאווענען דוקא בבתי מדרשינו און נישט דאווענען אין פרעמדע פלעצער ווי מען קען נשפע ווערן פון פרעמדע השקפות און מיינונגען, און מעורר געווען נישט נשפע צו ווערן פון די מחנה מגושמים, עס איז געווארן א מאדע צו קומען שבת אינדערפרי אין ביהמ"ד אן א שטריימל, נישט אזוי קומט מען אין ביהמ"ד! "בבית אלקים נהלך ברגש" בדרך כבוד ווי עס פאסט, און די זעלבע נזהר צו זיין בכבוד ביהמ"ד נישט צו רעדן ביים דאווענען וכו', אזוי אויך איבער די שלעכטע מנהג פון די גרויסע קידושים נאכן דאווענען וואס ברענגט נישט קיין גוטס פאר קיינעם.
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די מצב פון די דירות מאנגל אין קר"י און געזאגט אז מען האט בס"ד אויפגענומען א וועד בעלי בתים וואס קוקן אדורך אלע מעגליכקייטן וואס מען קען טוהן וחפץ ה' בידינו יצליחו, ביים סוף האט דער רבי דערמאנט די כולל עצי חיים אין בני ברק וואס איז נתייסד געווארן דורך רביה"ק בעל הילולא זיע''א לשמו ולזכרו פון אביו מרן בעל עצי חיים זיע''א און שטייט היינט בנשיאות אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א וואס איז נושא בעול מיט א נאמנות און א מסירות, און מען דארף זען ארויסצוהעלפן מיט וואס מקען, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען אחיו הגה"צ שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 2:00.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️