בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Wednesday23 Nissan 57845/1/2024

Report
ימים האחרונים של חג הפסח תשפ"ד בצל הקודש פון כ"ק רבינו הגה''ק שליט"א

ערב יו''ט נאכמיטאג בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט''א אנגעצינדן די יזכור ליכט לע''נ הוריו רביה''ק זיע''א והרבנית הצד' ע"ה.

פארנאכטס ארום 8:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול און צוגעגאנגען צו מנחה און אנגעהויבן הודו בהתלהבות אש, מערבית: הר"ר זלמן לייב ברח"ב פילאפף שליט"א, נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:40, דער ציבור איז אריבער וואונטשן א גוט יום טוב און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 12:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול.
במשך דעם טיש האט מען מאריך געווען בשירה ובזמרה לכבוד יום טוב, מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' בעריש ראזענבערג שליט"א (וומסב''ג).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויושע ה' ביום ההוא' און געטייטשט אז עס איז א כבוד פארן באשעפער ווען קדושים וטהורים זאגן פאר אים שירה נישט א פשוט'ע בשר ודם, דורך אמונה אינעם בוכ''ע ווערט מען אנגערופן קדוש און דורך דעים ווערט נפקע דער שיעבוד און מען קען זאגן שירה פארן הייליגן באשעפער, און אזוי אויך דורך אמונה וועט מען זוכה זיין צו זאגן שירה לעתיד לבוא.

מען האט ממשיך געווען בשירה ובזמרה, שירה חדשה, בבקעך ים סוף, און ארום 1:45 האט זיך רבינו שליט''א אויפגעשטעלט טאנצן די שירה בדביקות ובהתלהבות אש, ואתו עמו דער ריזן ציבור האלפים א לענגערע צייט. דערנאך האט מען געזונגען כי לה' המלוכה.

ברכהמ''ז: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 2:00.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️