בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךכ"ג ניסן תשפ"ד5/1/2024

באריכט
ליל אחרון של פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:40 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה, בעל תפילה איז געווען הרה"ח ר' אלישע הורוויץ הי"ו, מערבית: הרה"ח ר' חיים שלמה קרויס הי"ו, נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:35. דער ציבור איז אריבער וואונטשן א גוט יום טוב און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 12:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול בצד צפון. הגבהת הכוס: הרה"ג ר' דוד יצחק ווערצבערגער שליט"א דומ''ץ ביהמ"ד דברי יואל. דער רבי האט אויפגעדעקט די מצה און אויך איינגעטינקן די מצה אין די ברויפען נאך די פיש, און אין די זופ איז געווען קניידלעך כנהוג, מען האט אריינגעברענגט מצה פערפל, מצה קיגל, געמאכט אין שטובער פון נכבדי אנ"ש.

מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יצחק אייזיק פוקס שליט"א מו"ץ.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'הים ראה וינוס מה ראה ברייתא דר' ישמעאל ראה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון ספיקא דאורייתא.

מען האט אריינגעברענגט מצה כרעמזלעך און דער גאנצער ציבור איז אריבער נעמען שיריים א לענגערע צייט.

ברכהמ''ז: הרה"ג ר' דוד יצחק ווערצבערגער שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 2:00.

יום אחרון של פסח

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:50. פסוקי דזמרה: הר"ר אברהם מאיר מארקאוויטש שליט"א, צו שחרית יוצר והלל איז דער רבי צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' עזרא משה כאירה שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' וומסב''ג און הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט"א מו"ץ, פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' משה טייטלבוים שליט"א דומ''ץ ביהמ"ד בית שמואל בנימין.

עליות. כהן: הר"ר חיים בנימין כהנא שליט"א מספינקא קר"י. לוי: הר''ר משה בער לאנדא הי"ו. שלישי: הר"ר איתמר מייזליש שליט"א. רביעי: נכד רבינו הרב מנחם שלמה אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט, ויקרא שמה בישראל 'מירל' נאך הרבנית מזאלישא ע"ה.

חמישי: רבינו שליט"א. הגבה: נכד רבינו הרב ליפא טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. גלילה: נכד רבינו הרב ליפא אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מפטיר: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו. הגבה: נכד רבינו הרב משה מייזליש שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. גלילה: נכד רבינו הרב אנטשיל אשכנזי שליט"א (מאנטשעסטער) בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
נאכן ליינען האט מען געזאגט יזכור.

מוסף: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב, פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' משה שווארטץ הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 2:30.

ביים מיטאג טיש האט דער רבי מכבד געווען מיטן פיוט נכדו הבעל שמחה הרב מנחם שלמה אשכנזי שליט"א.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'הים ראה וינוס מה ראה ברייתא דר' ישמעאל ראה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון קנין פירות.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.

נאכמיטאג ארום 8:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו מנחה ונעילת החג, מנחה: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו.

נאך מנחה האט זיך רבינו שליט''א געזעצט צום טיש און מען האט געזינגען מערערע ניגוני יו''ט, דער משמש הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו האט אנגעגאסן לחיים, און דער רבי האט געוואונטשן פאר די חברה קדישא, כנהוג, און פארן גאנצן ציבור.

מען האט אויפגעגעבן פירות, און מען האט געזינגען אני מאמין און ניגוני גאולה.

נאכן זמן האט רבינו שליט''א געזאגט ברוך המבדיל און משמיע געווען דב''ק אויף א מייק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פיוט 'חסל סידור פסח כהלכתו' און געטייטשט אז דורך זיך פירן בענווה פסק'נט מען אין הימל כל איז א כל שהוא שיקט מען נישט פון הימל אפילו אביסל צרות, מצה זאגט דער חתם סופר איז די ר''ת מ'כל צ'רה ה'צילנו, און דער פסוק וברכתיך בכל אשר תעשה מיינט אפילו נאר מיט א כל שהוא השתדלות וועט אריינקומען א שפע פון פרנסה, און כל המחלה אשר שמתי במצריים לא אשים עליך אפילו אביסל פון א מחלה זאל אויך נישט קומען, עס וועט קומען א געזונטן זומער מיט גרויס שפע און מסיים געווען ברוב ברכות.

רבינו שליט"א האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן 'חסל סידור פסח' א לענגערע צייט און ביים ענדיגן האט דער רבי פארגעזאגט דריי מאל 'לשנה הבאה בירושלים' כנהוג.

מעריב מוצאי יו''ט: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד, נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן פארן גאנצן עולם א גוטע וואך און א געזונטן זומער, און מען האט ארויס באגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה. מען האט געענדיגט ארום 10:15.

תיכף ביים אהנקומען אהיים לביתו נאוה קודש האט רבינו שליט''א צוריק געקויפט די חמץ פונעם גוי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️