בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגא' ניסן תשפ"ד4/9/2024

באריכט
דינסטאג תזריע ר"ח ניסן 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' אשר יונה שעהנברוין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
לבן הנולד אצל ר' ארי' שפיטצער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
תאומים בני ר' מרדכי לייב מיטטעלמאן הי"ו.
בן הר"ר יואל יודא רובינפעלד שליט"א.
ב"ר שלמה יואל בערקאוויטש הי"ו.

דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל, און ביים ליינען עולה געווען רביעי.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל סיום הזמן, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט פארטיילט מטבעות פאר די גבאים פון אבני חסד וואס האבן אריין געברענגט גרויסע סכומים לטובת הקופה, און אכטונג געגעבן אויף רצון רבינו נאר צו נוצן ערליכע מוזיק.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע בחורים,
און משמיע געווען דב"ק בשבח פון די בחורים וואס האבן עוסק געווען אין די לימודים מיט א פעסטקייט ביז סוף זמן, און ארומגערעדט הדרכה לימי בין הזמנים און נאכאמאל מעורר געווען צו לערנען ספרי חסידית אלץ הכנה צום יו"ט פסח הבעל"ט און בפרט ספה"ק דרך פיקודיך, און דערנאך ארומגערעדט איבערן מצב בעניני גיוס בני ישיבות בארה"ק, און געזאגט אז ח"ו מזאל מאכן פשרות און אויסקלויבן בחורים, כלל ישראל איז נישט מוותר אויף קיין שום בחור, והקב"ה ירחם, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 1:10.

ארום 1:30 איז דער רבי אריבער אין זאלן פון בית רחל פאראדייס ווי דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לכבוד ר"ח אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה ויואל משה פון ב"פ, דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני ר"ח וניגוני פסח, און דער רבי האט מכבד געווען די מנגנים מיט ברכו נפשו.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק אז אזוי ווי מזעט ביי מצה אז מען קען נאר מקיים זיין מיט מיני דגן וואס קען ווערן חמץ, די זעלבע איז חשוב ביי הקב"ה די עבודה פון א בשר ודם וואס האט א יצר הרע, און מסיים געווען בברכת קדשו.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען דעם מנהל הרה''ג ר' יצחק אהרן גרין שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 2:30.

דערנאך איז דער רבי אריבער אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם מצה בעקעריי דקהלתינו הק' ווי מען האט געבאקן די מצות פארן רבינ'ס משפחה, דערנאך איז דער רבי אריין אינעם מאלן שטוב ווי דער רבי האט א לענגערע צייט געמאלן ווייץ בטירחא דגופא און דערביי געגעבן פארשידענע הוראות אויף ווייטער.

נאכמיטאג ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

ארום 7:10 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין מאנסי צום מעמד קביעות מזוזה בבית מדרשינו החדש 'בנין שיף' בשכונת רעמסאן נדבת ליבו פון הרבני הנגיד ר' ישראל שיף הי"ו מראה"ק, דער רבי איז צום ערשט ארום און זיך אומגעקוקט אינעם גאנצן בנין הביהמ"ד, די חדרי התפילה אין די פראכטפולן מקוה, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין מאנסי, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חשוב'ן נדבן הרה"ח ר' ישראל הי"ו, פאר הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז די ביהמ"ד וועט אי"ה זיין א לייכט טורעם פארן גאנצן געגנט פאר תורה עבודה וגמ''ח, און ארומגערעדט בשבח פונעם חשוב'ן נדבן און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
דערנאך האט דער רבי קובע געווען די מזוזה אויפן שער הביהמ"ד און מכבד געווען הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א צו לייגן א מזוזה.

ארום 7:40 האט דער רבי פארלאזט דאס ביהמ"ד אויפן וועג אריין קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 11:50 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 584