בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

שבת קודשי"ג אדר ב' תשפ"ד3/23/2024

באריכט
מוצש''ק ליל פורים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 9:35 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ברוב עם הדרת מלך, מעוטף בטלית שאולה, ארויף אויפן באלעמער, מען האט אויסגעשפרייט די מגילה כאיגרת כנהוג, דער רבי האט געזאגט דעם לשם יחוד, און געמאכט די ברכות באש קודש און פארגעליינט די מגילה בהתעוררות והתלהבות אש, דער רבי האט געענדיגט די מגילה אום 10:40.

נאך ענדיגן מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה, און ביים ארויסגיין געוואונטשן א גוטע וואך און א גוט פורים. מען האט געענדיגט 10:55, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 12:35 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות, דער רבי האט געטאנצען אויפן פלאץ און זיך געוואשן צום סעודה, פאר די פיש האט מען געזינגען זמירות מלוה מלכה.
במשך די סעודה האט מען געזינגען מערערע נגוני שמחה, און געטאנצן בשמחה וחדוה לכבוד פורים.
מיט אשר הניא האט דער רבי מכבד געווען הר"ר נתנאל מנחם דייטש שליט"א, שושנת יעקב: הר"ר דוד משה ראזענבוים שליט"א רב דביהמ"ד תפלה לדוד קרעטשניף קר"י.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה צום ערשט געטייטשט בדרך צחות אויף א תורה וואס ווערט געברענגט אין חיד''א וואס ער האט געהערט פון א פורים רב, און ממשיך געווען בדרך דרוש אין די סוגיא צו ביי א בן נח גייט מען נאך רוב, און אין די סוגיא פון יש אם למקרא.

מען האט ממשיך געווען צו זינגען לכבוד היום, און דער פורים ראב"ד הר"ר נפתלי משה ווייס שליט"א האט געזאגט דברי בדחנות, און געזינגען ספעציעלע חרוזים לכבוד די בחורים אין חבורת לגיון של מלך וועלכע האבן זיך מקבל געווען קבלות טובות בעניני טעכנעלאגיע, און דערנאך האט דער רבי פארטיילט פאר די גבאים פון אלע ישיבות מטבעות קודש אויסצוטיילן פאר די בחורים.

ברכהמ''ז: הרה''ח ר' פנחס אלימלך ווייס הי''ו. מען האט געענדיגט ארום 2:30.

זונטאג צו יום הפורים

איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' שמואל יואל שעהנברוין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
לבן הנולד אצל ר' משה לייב עפשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית ארום 10:45. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר אברהם יושע פארקאש הי"ו.
ב"ר יואל שלעזינגער הי"ו.
ב"ר יושע לייב לעווי הי"ו.

בעל תפילה: פורים ראב''ד הר"ר נפתלי משה ווייס שליט"א, הוצאה והכנסה: הרה''ג ר' אברהם יעקב יאקאב שליט"א. כהן: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן הי"ו. לוי: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו. שלישי: רבינו שליט"א. הגבה: הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א (מאנסי). גלילה: הרה"ח ר' יושע לייב לעווי הי"ו (לינדען).

נאך קריאת התורה איז רבינו שליט"א אריין בחדרו הפרטי און אנגעטוהן תפילין ר''ת, און נאך עטליכע מינוט אריינגעקומען אין ביהמ''ד און ארויף אויפן בימה, און געזאגט דעם לשם יחוד און מקיים געווען מנהג מחצית השקל פאר זיך און פאר הרבנית תחי', און דערנאך ארום 12:05 געזאגט דעם לשם יחוד און די ברכות פון קריאת המגילה און פארגעליינט בהתלהבות ובאש קודש. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 1:15.

נאכ'ן דאווענען זענען די בר מצוה בחורים אריין בחדרו הפרטי און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכות קדשו און פאר זייערע עלטערן.

אויפן וועג ארויס פון ביהמ"ד האט רבינו שליט"א געגעבן מתנות לאביונים פאר הרה"ח ר' בערל פאלקאוויטש הי"ו מנהל תומכי שבת.

בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט"א מקיים געווען די מצוות היום משלוח מנות ומתנות לאביונים, און כנהוג טועם געווען פון המן טאשן, קינדל, און נאנט, און זיך געוואשן צו די ערשטע סעודה

נאכמיטאג פון 4:30 האט רבינו שליט''א אנגעהויבן אויפנעמען דעם ציבור לברך ולהתברך ביום הפורים, ווי עס האבן זיך געשלענגלט לאנגע ליניעס פון אנ"ש זקנים עם נערים, און קבוצות בחורים, ווי רבינו שליט"א האט יעדעם אנגעווינטשן און געבענטשט בברכת הקודש.

ארום 6:45 האט דער רבי געדאוונט מנחה בביתו נאוה קודש, בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל וויינבערגער הי"ו.
ארום 7:20 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צום סעודת משתה היין אין ביהמ"ד הגדול, דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה לכבוד היום, נאך די פיש האט דער רבי געזאגט דעם לשם יחוד לקיים מצוות לבסומי בפוריא, און געטרונקען דעם ערשטע כוס וויין און געוואונטשן לחיים, נאך די זופ און נאך די פלייש האט דער רבי געמאכט נאכאמאל דעם לשם יחוד און געטרינקען נאך א כוס און געוואונטשן לחיים.

ביי די זופ האט מען אויפגעגעבן קרעפלעך, און ביי די פלייש האט מען אריינגעברענגט א העלזל, כנהוג.

רבינו שליט''א האט פארגעזינגען אדון עולם און כבודו מלא עולם בהשתפכות הנפש ובבכיות עצומות, און דערנאך אנגעהויבן דעם לעבעדיגן כבודו מלא עולם און זיך אויפגעשטעלט טאנצן און ממשיך געווען מיטן ניגון שבשפלינו זכר לנו, בשעת דער רבי איז מעודד דעם גאנצן ציבור.

במשך די סעודה האבן די בעלי מנגנים געזינגען מערערע ניגוני דביקות והתעוררות, וניגוני שמחה וחדוה בשעת דער רבי הייבט דעם ציבור און זיך עטליכע מאל אויגעשטעלט טאנצן אין פייערדיגע ריקודים.

רבינו שליט''א האט במשך די טיש משמיע געווען 6 מאל דברות קודש.
ערשטע תורה: אויפן פסוק ויגידו למרדכי את דברי אסתר און געטייטשט אז דורך זעהן און הערן גוטע זאכן איז מען מעורר עין ואוזן למעלה צו משפיע זיין פאר אידישע קינדער. נאך די תורה האט דער רבי פארגעזינגען די זמר צמאה נפשי לאלקים לקל חי.
צווייטע תורה: אויף שושנת יעקב צהלה ושמחה און געטייטשט אז דורך דעם וואס אידן זענען דבוק אינעם אייבערשטן האבן זיי א חיות דקדושה און ווערן קיינמאל נישט נדחה. מען האט ממשיך געווען צו זינגען און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן.
דריטע תורה: אויפן פסוק ובבואה לפני המלך אמר עם הספר און געטייטשט אז לגבי דעם אייבערשטן איז דברים שבלב הוי דברים, אפילו מען האט נאר א מחשבה צו טשעפענען אידן באקומט מען שוין א עונש, און דערמאנט די רשעים וואס ווילן שטערן דעם הייליגן חינוך פון תשב"ר, און אנגעהויבן די ניגון וכל קרני רשעים אגדע, און דערנאך פארגעזינגען דעם ניגון פון הרה''ק הקדושת לוי זיע''א 'לאמיר דערציילן די מעלות פון אידישע קינדער' און זיך אויפגעשטעלט טאנצן.
פערטע תורה: אויפן פסוק ובבואה לפני המלך און געטייטשט אז אפילו עס איז אמאל דא אויף אידישע קינדער א דיבור קשה, דורך שמע ישראל און אמונה אין בוכ''ע קומט עס נישט אראפ אויף דער וועלט.

רבינו שליט''א האט דאן פאררויכערט א ציגאר כנהוג, און פארגעזינגען די ראפשיצע תניעה, און דערנאך גלות גלות בבכיות נוראות און אנגעהויבן יבנה המקדש, און איבערגעגעבן דעם ציגאר פאר הרה"ח ר' שלמה קלאגסברוין הי"ו.

פיפטע דב''ק: האט דער רבי פארציילט א עובדה פון הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זיע''א וואס האט אויסגעלערנט הרה"ק ר' איציקל מפשעווארסק זיע''א צו גיין נאך געלט אפילו מען האט שוין געגעבן, און ממשיך געווען אז די אידן האבן היינט אויסגעטיילט שווערע געלטער, יעצט וועט מען געבן נאכאמאל פארן קופה אבני חסד, און מכבד מכבד געווען אלע וואס הייסן יצחק זאלן ארויפגיין אויפן טיש צוזאמנעמען געלט, און דערנאך זיך אויפגעשטעלט טאנצן באש קודש.

זעקסטע תורה: אויפן פסוק דברי שלום ואמת און געטייטשט אז מען איז מתפלל אז די אלע השפעות וואס קומט אראפ בימי הפורים זאל האבן א המשכה און א קיום לעד ולנצח נצחים און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

מען האט אריינגעברענגט קרויט, און א בארג סיני קוגל געברענגט דורך הרה"ח ר' בנציון קליין הי"ו, דערנאך איז דער פורים ראב"ד הר"ר נפתלי משה ווייס שליט"א ארויף אויפן טיש און פארגעזינגען דעם קאלובער 'סאל א קאקאש' ניגון, און אני מאמין.
מיט אשר הניא האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א אב"ד הוניאד, שושנת יעקב: הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א, ברכהמ''ז: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

נאך עטליכע מינוט איז רבינו אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מעריב, בעל תפילה: הר"ר הערשל קאהן שליט"א, מען האט נישט געזאגט ברוך ה' לעולם, מען האט געענדיגט ארום 12:55.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️