בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגז' אדר ב' תשפ"ד3/17/2024

באריכט
זונטאג פרשת ויקרא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם מאיר וויינבערגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר טובי' ליפא גראס הי"ו.
ב"ר שלום גאלדמאן הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ב, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

ארום 7:00 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ"ד דברי יואל צו די הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' יעקב פנחס פריעדמאן הי"ו, דער רבי האט איבערגענומען די ס''ת פונעם נדבן און אפגעראכטן די ריקודי קודש, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג און מאציל געווען מברכות קדשו פארן נדבן.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' דניאל שמעון אלטמאן הי"ו (וומסב''ג) - ר' יואל משה מאלח הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' פנחס ישעי' וויינשטאק הי"ו - ר' ישראל ברוך פאגעל הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ר' יעקב שלום שטיינבערג הי"ו (וומסב''ג) - ר' ארון לייב קעניגסבערג הי"ו, באולם גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15, און נאך מעריב מחדש געווען די לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש.

נאך די זמני כניסה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. איז אריין בקו''פ הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א לרפו''ש נשיא ישיבת תורת חסד לאנדאן, דער רבי האט דורש געווען בשלומו און ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️