בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Wednesday3 Adar II 57843/13/2024

Report
זונטאג פרשת פקודי א' דר"ח אדר ב' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - שמחת החתונה בחצרות קדשנו החתן הרב מאיר אליעזר ט''ב בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א בן הגה''צ אבד''ק וואלאווע שליט''א, עב''ג הכלה בת הרה''ג ר' יחיאל שרגא גרינפעלד שליט''א ראה''כ סעמיהאי שליט"א, בן הגה''צ ר' משה שליט''א אב''ד סעמיהאי וחתן הגה''צ ר' זושא בעער שליט"א אדמו''ר מראצפערט

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם לייב לאנדא הי"ו, ווי דער רבי איז געווען מוהל און סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
ב"ר נתן קארפעל מרגליות הי"ו.
ב"ר יואל זאבעל הי"ו.

דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי ווי עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט הגה"צ אב"ד אהל משה שליט"א פון וויען, א זיידע פון א בר מצוה בחור.

ארום 5:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין חדר שמואל חיים אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת מנחה, נאך מנחה איז די גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער להתברך ביי רבינו שליט"א ביום החופה.

רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צום קבלת פנים בהיכל הביהמ"ד ארום 6:00, במשך די קבלת פנים האט מען געזינגען ווארימע ניגוני התעוררות, און דער בדחן האברך ר' שמעון עסטרייכער הי"ו האט אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין און אויסגערעכנט די גרויסע יחוס פון די חתן כלה.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך משמיע געווען ווארעמע דברות קודש לעורר זכות אבות און אז דורך די תענית פונעם חתן ביום החופה און דערנאך די ריקודין איז מען מכניע די קליפות און מען איז זוכה צו כל טוב, און מסיים געווען בברכות לרוב.

מען האט מסדר געווען די כתובה, עדי כתובה: הרה"ח ר' יעקב משה גאלדבערגער הי"ו און הרה"ח ר' אלימלך רייך הי"ו, דערנאך איז מען אריבער צום באדעקן אין די זאלן פון קרן ויואל משה.

ביי די חופה האט רבינו שליט''א מכבד געוועהן מיט סידור קידושין דעם זיידן הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א. קריאת הכתיבה: הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א. ברכות ראשונות: זיידע פון די כלה הגה"צ אב''ד סעמיהאי שליט"א. ברכה אחריתא: זיידע פון די כלה האדמו"ר מראצפערט שליט"א.
עדי קידושין: הרה"ג ר' יוסף משה שטויבער שליט"א מו"ץ, און הרה"ג ר' יוסף שמואל ראטענבערג שליט"א מו"ץ וחבר בדי''צ קר''י.
נאך די חופה האט רבינו שליט"א געוואונטשן ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור, און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די זיידעס און רבנים שליט''א.

עטליכע מינוט נאך די חופה ביים זמן ר''ת ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מעריב בחדר שמואל חיים אין ביהמ"ד הגדול.
תיכף נאך מעריב אום 8:25 איז רבינו שליט''א ערשינען בהיכל הביהמ''ד צו די סעודת החתונה דער רבי האט געטאנצען עטליכע מינוט אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צו די סעודה, נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים לכל העם הנאספים.
ארום 9:30 איז דער חתן אריינגעקומען, דער רבי האט געטאנצען מיטן חתן א לענגערע צייט, און דערנאך מכבד געווען די זיידעס און די מחותנים צו טאנצען מיטן חתן, און דערנאך געטאנצן מיט די גאנצע אויבנאן, דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א, דער רבי האט פארלאזט דאס ביהמ"ד אום 9:45.

ארום 11:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו ברהמ''ז ומצווה טאנץ, מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הר"ר נפתלי טייטלבוים שליט"א (בני ברק), ברכות ראשונות: הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א, ברכה אחריתא: הגה"צ ר' מרדכי גרינפעלד שליט"א אב"ד סעמיהאי אנטווערפן.

בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו האט אויסגערופן רבינו שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה מיט ווארעמע חרוזים און מעורר געווען זכות אבות, מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות, און דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן ריזן ציבור הנאספים.

דערנאך האט רבינו שליט''א אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצען מיטן חתן, מיט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט"א ובני משפחתו, און דערנאך ממשיך געווען מיט די גאנצע משפחת המלוכה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זיע''א ברגש קודש א לענגערע צייט.
דערנאך איז דער רבי ארויס אין א עקסטערע טאנץ מיט אחיו הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
דערנאך האט מען אויסגערופן צום מצוה טאנץ די זיידעס הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א, הגה"צ אב''ד סעמיהאי שליט"א, און האדמו"ר מראצפערט שליט"א, דעם אבי החתן און אבי הכלה שליט''א, דערביי האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט יעדע פון די זיידעס און מחותנים באזונדער.
דערנאך האט דער בדחן געזאגט דברי בדחנות און אויפגערופן דעם חתן, מען האט געטאנצען אשת חיל, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר חתן כלה. דער רבי האט פארלאזט דאס ביהמ"ד אום 2:45.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️