בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךג' אדר ב' תשפ"ד3/13/2024

באריכט
שב''ק פרשת ויקהל, שבת שקלים, מברכים חודש אדר ב' - שבת של שמחה שבת עלי' לתורה של החתן נכד רבינו הרב מאיר אליעזר ט''ב שליט"א בן חדב''ן הגה"צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א

ערש''ק נאכן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן דעם שטריימל פאר נכדו החתן הרב מאיר אליעזר ט"ב שליט"א.
אויך האט דער רבי אנגעטוהן דעם שטריימל פאר די חתניםַ:
החתן שלמה מנשה ברמ''ד היילברוין הי''ו.
החתן שמואל ב"ר מאיר מענדל ווייס הי"ו.

דער רבי איז געגאנגען אין ביהמ"ד מיטן חתן און די מחותנים און מען האט באגלייט בשירה ובזמרה.

ארום 6:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: דער מחותן הרה''ג ר' יחיאל שרגא גרינפעלד שליט''א ראה''כ סעמיהאלי.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:00, עס איז פארגעקומען אן אפיעל פאר מוסדותינו הק' אין לינדען, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת, און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.

ארום 8:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן ישראל דושינסקיא בן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א, הגבהת הכוס: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב.

נאך די פיש האט רבינו שליט''א דערציילט פאר די בחורים איבער אידישע נייעס וואס איז אינטערעסאנט אז די בחורים זאלן וויסן, אז מען האט געטראפן אין א שטארק באנוצטע תיקון סופרים פארשידענע טעותים חסרות ויתרות פתוחות וסתומות און בנוגע מקדש זיין די שם, און אויסגעשמועסט באריכות פארשידענע דקדוקי הלכות וואס א סופר דארף אלץ אינזין האבן, און איבער די פראבלעמען פון די קאמפיוטער בדיקות.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ג ר' לייבל טויבער שליט"א (מאנטשעסטער), מנוחה ושמחה: הרה''ח ר' דוד מאיר ווייס הי''ו (ירושלים).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויקהל משה את כל עדת בני ישראל' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מצות עשה שהזמן גרמא.

קה אכסוף: הרב נפתלי טייטלבוים שליט"א (בני ברק), ברהמ''ז: הגה"צ אבד''ק וואלאווע שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק ר' ברוך מגארליץ זיע''א, וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג א' אדר.

קה רבון עלם: הרה''צ ר' ישעי' קאהן שליט"א בן כ''ק אדמו''ר מתולדות אהרן שליט''א, מען האט ממשיך געווען מיט ניגונים לכבוד די שמחה, דער רבי האט מכבד געווען דעם מחותן הרה''ג ר' יחיאל שרגא גרינפעלד שליט''א צו זינגען 'אור פניך' וואס דער רבי האט געזינגען בהתעורורות ובהשתפכות הנפש.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרב הערשל אשכנזי שליט''א בן האדמו''ר מסטאניסלאוו לאנדאן שליט''א, מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 11:55.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:30. פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' דוד פערל שליט''א, צו שחרית ויוצר איז דער רבי צוגעגאנגען, מען האט געזינגען ביי ממקומך כנהוג.

הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' מנחם זאב שטערן שליט"א מו"ץ בקהלתינו וומסב''ג, און הרה''ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי''ו, פסוקי שמע ישראל: הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט''א רב דביהמ''ד דברי חיים.

עליות. כהן: החתן ב''ר מאיר מענדל ווייס הי''ו - באווארפן לוי: החתן ב''ר יואל אפעל הי''ו - באווארפן. שלישי: נכד רבינו החתן הרב מאיר אליעזר ט"ב שליט"א מען האט באווארפן און געזינגען ניגוני שמחה כנהוג. רביעי: החתן ב''ר ירחמיאל זאב פריעד הי''ו - באווארפן. חמישי: החתן ב"ר חיים אלעזר ווערצבערגער הי"ו - באווארפען. שישי: הגה''צ אבד''ק וואלאווע שליט''א. שביעי: החתן ב"ר מאיר דוד היילברוין הי"ו - באווארפען. הוספות: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א. הרה''ג ר' יחיאל שרגא גרינפעלד שליט"א. אחרון: החתן ב''ר גבריאל ווייס הי''ו - באווארפן. הגבה דעם ערשטן ספר: הרה"ח ר' בעריש אפפעל הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' אליעזר היילברוין הי"ו.
מפטיר - שקלים: רבינו שליט''א, דער רבי האט געזאגט די לשם יחוד און געליינט די קריאה.

נאכ'ן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' נתן נטע מרדכי קויפמאן הי''ו.
ר' יואל הערש ליכטנשטיין הי''ו.
ר' יואל ברח''י ווערצבערגער הי''ו.
ר' אברהם שמעון ווידער הי''ו.

הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה''ח ר' יצחק ענגלענדער הי''ו. גלילה: הרה''ח ר' גבריאל ווייס הי''ו.

ביי די הפטורה האט דער רבי אויך געזאגט די ערשטע און די לעצטע פסוק פון מחר חודש, און דער רבי האט ראש חודש געבענטשט בהתעורורות רב.

מוסף האט רבינו שליט''א געדאווענט פארן עמוד און מען האט געזינגען ביי די פיוטים כנהוג, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם ישעי' קויפמאן הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם בנימין גאלד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

עטליכע מינוט נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צד צפון צו די שמחת הקידושא רבא לרגל שמחת העלי' לתורה, דער רבי האט קידוש געמאכט, מען האט געזינגען ניגוני שמחה.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן מחותנים און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק אויף די ווערטער פון רש"י 'הקדים אזהרת שבת למלאכת המשכן' און געטייטשט אז בשעת מנדב זיין די מלאכת המשכן איז אראפגעקומען משמים השפעות טובות, און עס איז געווען בזכות שבת, אזוי אויך ווען מען שטעלט אויף א אידישע שטוב וואס איז א מקדש מעט קומט שבת אראפ אלע השפעות טובות, און מסיים געווען בברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 1:35.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:30. מנחה: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' דוד מאיר ווייס הי"ו. כהן: הרה"ח ר' ישראל מאיר קאהן הי"ו. לוי: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו (וומסב''ג). שלישי: הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו (וומסב''ג). הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' אהרן משה שלאגער הי"ו
(וומסב''ג).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' נח גפן הי''ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק אין די קריאה פון פרשת שקלים 'כל העובר על הפקודים מחצית השקל' און געטייטשט אז די מחצית השקל איז 10 גרה וואס ווייזט אויף די י' פון די שם הוי''ה, אז מען איז חלילה פוגם אין די מחשבה מאכט עס א פגם אין די י' פון די שם הוי''ה, און דאס דארף מען מתקן זיין אין דעי טעג, און וויסן דעם חומר הענין פון א מחשבה.

ידיד נפש: הרה"ח ר' אייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו (וומסב''ג), קל מסתתר: הרה"ח ר' מרדכי שבתי שימאן הי"ו (ב"פ). שושנת יעקב: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו (וומסב''ג). מען האט ממשיך געווען מיט ניגונים לכבוד די שמחה. דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.

פאר מעריב האט זיך דער רבי באגריסט מיט הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א נשיא ישיבת תורת חסד לאנדאן, וועלכע וויילט אין קר"י אין די יעצטיגע טעג.
מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' חיים ידידי' פישער הי"ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 8:50.

ארום 11:30 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך מוסד הק' רעים אין קרית יואל, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פאר די הנהלת המוסד הרה"ח ר' יעקב ישראל פריינד הי"ו און הרה"ח ר' ישראל העניך קרויס הי"ו, און פארן גאנצן אנוועזנדן ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 517