בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגכ"ז אדר א' תשפ"ד3/7/2024

באריכט
דאנערשטאג פרשת ויקהל 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר קלמן אליעזר עקשטיין הי"ו.
ב"ר יואל פרענקל הי"ו.
ב"ר מאיר פאלקאוויטש הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ב, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאך שחרית ארום 12:25 איז דער רבי אנגעקומען צום ציון פון רבותינו הק' זיע''א לרגל די שמחת החתונה בחצרות קדשנו קומענדיגן זונטאג פקודי אין ביהמ"ד הגדול אין קר''י, דער רבי האט געצינדען 5 ליכט ביי די ציונים פון רביה"ק בעל דברי יואל ובעל ברך משה זיע''א און ביים ציון אמו הרבנית ע"ה, דער רבי האט געזאגט די תפילה פונעם ישמח משה זיע''א און פארגעזאגט די קאפיטלעך פון ספר רביעי כנהוג, דערנאך האט דער רבי געזאגט קדיש און געליינט קוויטלעך א לענגערע צייט בשעת מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויף די ציונים פון רבותינו הק' און פון אמו הרבנית ע"ה. מען האט געענדיגט ארום 1:10.

מיטאג צייט ארום 1:35 איז פארגעקומען בקו''פ בביתו נאוה קודש א אסיפה מיט די רבנים פון OU צווישן אנדערע הרב מנחם גענאק שליט''א און הרב משה עלפאנט שליט''א, און דער טשערמאן פון די OU ארגעניזאציע הרב נובערגער הי"ו פון באלטימאר, און הרב בנימין ארי' גליק הי"ו פון די אקטיווע מיטגלידער אינעם וועד הכשרות פון די OU, אינאיינעם מיט די הנהלה און רבני 'איגוד הסופרים' אין קרית יואל, אויסצוארבייטן מיט רבינו שליט"א א מהלך איבער די פראבלעמען פון די זיופים און פסולים בכל עניני סת''ם און בעיקר פון מזוזות, און איבער די נייע אופנים פון בדיקת הקאמפיוטער, די פעולות הסברה וועלכע דארפן געטון ווערן אינעם ענין אז יעדער זאל קויפן פונעם סופר דירעקט און נישט דורך קיין סוחרים, און איבער די מעגליכקייט צוצושטעלן א השגחה מעולה אויף סופרות, מען האט דן געווען א לענגערע צייט איבער אלע פרטים, די רבנים האבן איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן זײערע ספרים און דער רבי האט צוריקגעגעבן פאר די רבנים ספרו לב אהרן אויף ויקרא אגדה ודרושים און מאציל געווען מברכות קדשו.

נאך די אסיפה בערך אום 2:45 האט רבינו שליט''א געלאדענט די רבנים מיטצוקומען אויף א באזוך אינעם נייעם בנין המקוה טהרה דקרית יואל ווי דער רבי האט פאר א לענגערע צייט אנגעוויזן די פילע הידורים און חומרות מיט וואס די מקוה איז געבויעט געווארן.

נאכמיטאג ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:45 ביז 11:50 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יואל בהר''ש זאבעל הי"ו - ר' יואל ברי"א לעווי הי"ו.
ר' ליפא עפשטיין הי"ו (מאנטרעאל) - ר' פישל פריינד הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 789