בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךכ"ו אדר א' תשפ"ד3/6/2024

באריכט
מיטוואך פרשת ויקהל 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ב.
בחדרו הפרטי האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר די בחורים וועלכע האבן געלערענט שעות רציפות במשך ימי השובבים העעל"ט.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס ארום 7:50 איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א אויף א ביקור חולים באזוך נאכן אהיימקומען פון שפיטאל, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בדברי תורה און מען האט דן געווען פארשידענע שאלות וואס האבן זיך לעצטענס געמאכט כדת של תורה, דער דיין שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:15 ביז 1:10 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' עקיבא יוסף ניישטאדט הי"ו (וומסב''ג) - ר' יוסף פעלבערבוים הי"ו.
ר' יואל קליין הי"ו (מאנטרעאל) - ר' יואל דוד ווייס הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️