בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגכ"ה אדר א' תשפ"ד3/5/2024

באריכט
כינוס אנ”ש ומעמד ח"י וקיים לטובת קהילתינו הק’ אין מאנסי, פארגעקומען פארגאנגענעם מוצש''ק בהיכל הגדול אינעם בנין הת"ת בנין גאלדשטיין אינטער בית מדרשינו הגדול, בהשתתפות פון הונדערטער אנ''ש ובראשם הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט''א.

אלס יו''ר המעמד האט געדינט הרה''ג ר' שלמה זלמן גראס שליט"א מנה"ר במוסדותינו הק', וועלכע האט ארויסגעברענגט די בלי און וואוקס בליעה''ר פון קהלתינו הק' און וויאזוי סאיז אויסגעשטיגן פון א קליינער שטיבל צו א ריזן אימפעריע אין בלוז 18 יאר.
סיום מס' חולין במסגרת חבורת תורתך שעשועי: הרה"ג ר' ראובן אליעזר קרויס שליט"א מרבני מכון להוראה.
אויך האט אויפגעטרעטן הרה''ח ר' מרדכי אלעזר הירש הי''ו חבר הנהלת מוסדותינו בוומסב''ג.
דערביי איז פארגעקומען א מעמד הכרת הטוב פאר די 11 גבאים פון די 5 בתי מדרשינו איבער די שטאט.
דבר המעמד: הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א.

ביים מעמד האט מען געמאלדן די הרחבת גבולי הקדושה ווען אויף יו''ט פסח וועט זיך שוין עפענען די צוויי נייע בתי מדרשינו ביהמ''ד המפואר בשכונת רעמסען און די פארגרעסערטע ביהמ"ד ברך משה בשכונת טווין, און די פרייליכע בשורה צו עפענען נאך צוויי נייע בתי מדרשים איבער די שטאט בשכונת רידזש און בשכונת וועסט מעיפל, אזוי אויך איז געמאלדן געווארן אז אין די קומענדיגע חדשים וועלן אי"ה פארטיג ווערן די פלענער צו פארגרעסערן און פארשענערן בית מדרשינו הגדול וואס איז שוין לאנג אויסגעוואקסן די געברויך פונעם ציבור.

אויך איז פארגעקומען א פאנעל דורך הרה"ח ר' שלמה מנשה פאלקאוויטש הי"ו מגדולי עסקני למען החינוך מיט ר' משה קארקאלסקי א געלערנטע עדזשוקעיזשען פראפעסאר און הרה"ג ר' משה שוואב שליט"א ראש ישיבת דגל התורה ומתיבתא מאמר מרדכי, איבער די גאנצע השתדלות פונעם אנהייב פון די ביטערע גזירה ביז ווי מען שטייט היינט און ארויסגעברענגט די הייליגע מהלך פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א זיך נישט צו לאזן פון די רעגירונג אויף קיין שום אופן און נישט מאכן קיין שום פשרות.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
👁 663