בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגי"א אדר א' תשפ"ד2/20/2024

באריכט
דינסטאג פרשת תצוה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד נועם אלימלך ליזענסק אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה סניף עסק התורה מאנסי. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר מאיר דוד מרדכי גלאנץ הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ט'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בבית אופה המהודרת דקהלתינו הק'.
אויך האט רבינו שליט''א טעלעפאניש מנחם אבל געווען גיסו כ''ק אדמו''ר מוויזניץ ארה''ק שליט''א וועלכע זיצט שבעה נאך די פטירה פון הרבנית מסקווירא ע''ה.

נאכמיטאג ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
אויפן וועג האט זיך רבינו שליט''א אפגעשטעלט אין מאנהעטן אין מאונט - סיני שפיטאל ווי דער רבי איז ארויף אויף א ביקור חולים באזוך ביי ביי ידידו הגאון האדיר דומ''ץ קרית יואל שליט''א - וועלכע איז שוין נעכטן מיטוואך ב''ה באפרייט געווארן פון שפיטאל - עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו אויף א גענצליכע רפואה ושיתחדש כנשר נעוריו.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:45 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה געשריבן דורך הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו יו"ר קרן מלמדים, דער רבי האט באטראכט דעם הערליכן כתב פונעם סופר, און האט אריינגעשריבן די אותיות, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פאר ר' אהרן צבי וכל בני משפחתו שיחי'.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:15, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️