בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךכ"ח שבט תשפ"ד2/7/2024

באריכט
מיטוואך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:00 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית. בעל תפילה: ר' אברהם חיים פילאפף הי"ו (וומסב''ג).

פארנאכטס ארום 5:55 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה, צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן האט מען געדאווענט מעריב, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די הילולא קדישא פון זקינו מרן הגה"ק הקדושת יו"ט זיע''א.

נאך מעריב האט דער רבי מעריך געווען שלחנו הטהור לרגל די הילולא קדישא בהיכל הביהמ"ד, דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה, בעפאר מ'האט אויפגעגעבן די פיש האט הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו געמאכט א סיום אויף מסכת סוטה, און דער רבי האט געזאגט קדיש, ביים לחיים נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן 'זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל', במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני התעוררות.
פאר די פלייש האט רבינו שליט''א דערציילט סיפורי קודש פונעם בעל הילולא זיע''א א לענגערע צייט.
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם' און געטייטשט במשנתו פונעם בעל הילולא זיע''א און ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון זיך מקשר זיין צו צדיקים הקודמים דורכ'ן לערנען זייערע ספרים און אפילו דורך פארציילן עובדות וסיפורים, און ממשיך געווען איבער די גדלות פונעם בעל הילולא און מסיים געווען בברכת קדשו.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס. מען האט געענדיגט ארום 8:10. אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי באדאנקט פאר הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו ובני משפחתו וועלכע האבן צוגעשטעלט די סעודה פארן גאנצן ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️