בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגי"ט שבט תשפ"ד1/29/2024

באריכט
שב''ק פרשת בשלח שבת שירה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בעיר הנופש פאלם ספרינגס קאליפארניע

פרייטאג נאכמיטאג ארום 4:03 ווען ס'איז געווען די שקיעת החמה הנראית האט רבינו שליט''א כמנהגו זיך פורש געווען ממלאכה.

פרייטאג צונאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה בהתעוררות רב, קבלת שבת: הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א (קר"י).
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:10, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת, און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.

ביים שלחה''ט בביתו נאוה קודש האט מען געעפנט פארן ציבור ארום 9:30.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א, מנוחה ושמחה: נכד רבינו הרב חיים צבי טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ובני ישראל יוצאים ביד רמה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון שלא כדרך האכילה.

קה אכסוף: הרה''ג ר' משה ברוך זילבער שליט"א.
פארן בענטשן האט רבינו שליט''א ממשיך געווען בעניני תורת רשב"י בשייכות מיט די תורה.
ברכהמ''ז: הרב הגאון ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ וומסב''ג.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי יהושע מ'בעלזא זיע''א וואס די יארצייט געפאלט פרייטאג כ"ג שבט, קה רבון עלם: הר"ר אלכסנדר חיים אשכנזי שליט"א (ב"פ), אז ביום השביעי: הרה"ח ר' בנימין לעפקאוויטש הי"ו (ב"פ). מען האט געענדיגט ארום 10:50.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:35, דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו פסוקי דזמרה ותפילת שחרית און פארגעזאגט הלל הגדול און די שירה פסוק בפסוק בהתלהבות אש.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה לייפער הי"ו (לאס אנדזשעלעס), פסוקי שמע ישראל: הרה''ג ר' יודא בער טעללער שליט"א (וומסב''ג).

בעל קורא: נכד רבינו הרב חיים צבי טייטלבוים שליט"א. עליות. כהן: הרה"ח ר' יצחק זאב פילאפף הי"ו (וומסב''ג). לוי: הרה"ח ר' יוחנן מאנן הי"ו (קר"י). שלישי: ר' חיים יודא גרינפעלד הי"ו (וומסב''ג). רביעי: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו. חמישי: הב' המשב"ק חנני' יו"ט ליפא דייטש ני"ו. שישי - שירה: רבינו שליט''א.

דעם רבינס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הר"ר אלכסנדר חיים אשכנזי שליט"א, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.

שביעי: הרה"ח ר' יואל ברמ"א מאשקאוויטש הי"ו. הוספות: הב' ב"ר אלכסנדר חיים אשכנזי שליט"א. הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א. נכד רבינו הרב חיים צבי ט"ב שליט"א. אחרון: הר"ר אלכסנדר חיים אשכנזי שליט"א. מפטיר: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו (קר"י). גלילה: הרה"ח ר' אברהם ווערטהיימער הי"ו (וומסב''ג).

מוסף: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הר"ר אברהם יצחק כאירה שליט"א (קר"י). מען האט געענדיגט ארום 12:40.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען ארום 5:35. מנחה הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו. בעל קורא: הרה"ג ר' מרדכי שמעי' קויפמאן הי"ו (קר"י). כהן: ר' יואל בר"א ראזענבערג הי"ו (קר"י). לוי: הרה"ח ר' משה אלי' ווערצבערגער הי"ו (קר"י). שלישי: הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הב' ב"ר יואל בר"מ גאלדבערגער הי"ו (וומסב''ג).

זמירות ביי של''ש האט דער רבי מכבד געווען.אודה הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו, שיר המעלות: הרה''ג יודא בער טעללער שליט"א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויהי בשלח פרעה את העם' אפילו מען דארף תשובה טוען אויף פארשידענע עבירות וויבאלד עס איז מיטגעקומען מיט א קרעכץ בשעת מעשה איז שוין א חרטה און עס העלפט תשובה אויף אלעס.

ידיד נפש: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' בנימין לעפקאוויטש הי"ו. דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס. מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 7:50.

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴